רוי:שבע מצוות דרבנן

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:זיבן מצוות דרבנן)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
שבע מצוות דרבנן
The10Commandments.png
Menorah7a.png
הללמגילת אסתרחנוכה ליכט
נרות שבתנטילת ידייםברכהעירובין

שבע מצוות דרבנן זענען זיבן מצוות עשה געגרינדעט דורך חכמים. דער נומער איז צום ערשטן מאָל דערמאָנט געוואָרן אינעם ספר "כתר תורה" פון רבי דוד וויטאל[1] און דערנאך דורך די רמ"א און רבי חיים וויטאל און נאך אסאך מחברים.

די מצוות

  1. הלל: צולייגן קאפיטלען קי"ג-קי"ח פון תהלים מיט א ברכה בעפאר און דערנאך צו דאנקען און לויבן, נאך תפילת שחרית אום ימים טובים, חנוכה און ראש חודש.
  2. מגילה: ליינען מגילת אסתר אין פורים בייטאג און ביינאכט.
  3. עירובין: פארבאטן צו טראגן אין א פּראָסט הויף אום שבת, אין א פאל וואס עס איז נישט פארהאן קיין עירובי חצרות, פארבאטן ארויסצוגיין פון שטאט אום שבת מער ווי צוויי טויזנט אמה אין א פאל וואס עס איז נישט פארהאן קיין עירובי תחומין, און פארבאטן קאכן אום יום טוב פאר צומארגנס'דיגן שבת אין א פאל וואס עס איז נישט פארהאן קיין עירובי תבשילין.
  4. ברכות: צו בענטשן אויף מצוות[2], בעפאר יעדער הנאה אויף די וועלט, און אויף פארשידענע געשעענישן.
  5. שבת ליכט: צו צינדן אין יעדן שטוב ליכט פרייטאג צונאכט'ס און יום טוב אויף די נאכט.
  6. חנוכה: צינדן ליכט יעדן נאכט דורכאויס די אכט טעג חנוכה.
  7. נטילת ידיים: זיך וואשן די הענט מיט וואסער בעפאר עסן ברויט.

די סימן דערויף איז שמ"ע בנ"י:

ש - שבח (הלל)
מ - מגילה (ליינען)
ע - עירובין
ב - ברכות
נ - נרות שבת; נרות חנוכה (צוויי מצוות)
י - ידיים (וואשן די הענט)

אוועקגעשטעלט

לייענט מער

חכמים

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.