רוי:וואלט דיזני

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דיזני אין 1946

וואָלטער עליאַס "וואָלט" דיזני (ענגליש: Walter Elias "Walt" Disney; ‏5טן דעצעמבער, 1901 – 15טן דעצעמבער, 1966) איז געווען אן אמעריקאנער פילם פראדוצירער, רעזשיסאר, סצענאר שרייבער, אקטיאר, איניציאטאר, און פילאנטראפ, וואס האט געהאט א שטארקן איינפלוס אינעם פעלד פון פארוויילונג אין דעם 20סטן יארהונדערט. מיט זיין ברודער רוי דיזני האט ער געגרינדעט וואָלט דיזני פראדוקציעס, וואס איז שפעטער געווארן פון די בעסטע באוואוסטע פילם פראדוצירערס אין דער וועלט. די פירמע הייסט היינט די וואלט דיזני פירמע און האט יערליכע הכנסות פון USD $35 ביליאן.

דיזני האט געשאפן כאראקטערן ווי מיקי מויז און דאנאלד דאק. אויך האט ער געגרינדעט דעם דיזנילאנד שפילפארק.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!