רוי:היינריך הימלער
היינריך לוּיטפּאָלד הימלער (דייטש: Heinrich Luitpold Himmler; י"א תשרי ה'תרס"א, י"א סיון ה'תש"ה), איז געווען אַ דייטשער-נאַצישער קריגס פאַרברעכער, פון די אָנגעזעענסטע פיגורן אין נאַצי דייטשלאַנד. ער איז געווען דער אָנפירער פון דעם עס עס און די געשטאַפּאָ, און האָט געדינט אַלס אינערן־מיניסטער פון דעם דייטשן רייך. הימלער איז פאַקטיש געווען דער וואָס האָט דורכגעפירט מיט דער "ענדגילטיקער לייזונג", וואָס איז געווען פאַראַנטוואָרטליך פאַרן אָפּשיקן מיליאָנען אידן צו זייער טויט אין די פאַרניכטונגס לאַגערן.
הימלער איז קיינמאָל ניט געשטאַנען צום געריכט איבער זיין אויפפירונג און פאַרברעכנס אין דער מלחמה צייט. ער איז געפאַנגען געוואָרן דורך דער בריטישער אַרמיי און האָט זיך גענומען דעם לעבן עטליכע טעג שפּעטער, אויף דעם 23'סטן מאי 1945.
ביאָגראַפיע
פון זיין יוגנט ביז די נאַציס האָבן פאַרנומען די מאַכט
הימלער איז געבאָרן אין דער בייערישער הויפּטשטאָט מינכען, צו אַ מיטלקלאַסיקער משפחה. זיין פאָטער, געבהאַרד לודוויג, איז געווען אַ מנהל פון אַ קינדער שולע אין לאַנדסהוט, וואו הימלער האָט געלערנט. נאָכן אָפּקאָנטשען זיינע שטודיעס, איז ער צוגעשטאַנען צו דעם עלפטן בייערישן רעגימענט אין דעם ערשטן וועלט־קריג, ער האָט אָבער ניט אוספּייעט צו דערזען דעם שלאַכט־פעלד צוליב דייטשלאַנדס קאַפּיטולירן.
נאָך דער מלחמה איז ער געוואָרן טעטיק אין די "פרייקאָרפּס" – ווייט־רעכטע מיליציעס, וואָס האָבן אָנטייל גענומען אין די שלאַכטן וואָס האָבן געבוזשעוועט אין יענער צייט צווישן די רעכטע און די לינקע. די מיליציעס זענען באַשטאַנען דערעיקרשט פון געוועזענע זעלנער, פאַרביטערטע פון דייטשלאַנדס פאַרשפּילן די מלחמה, וואָס זענען געווען שטאַרקע קעגנער פון סאָציאַליזם און קאָמוניזם. אין יענער תקופה האָט ער אויך באַקומען אַ דיפּלאָם אין אַגראָנאָמיע פון דער הויכער טעכנישער שולע אין מינכען.
אין 1923 איז ער צוגעשטאַנען צו דער נאַצישער פּאַרטיי, בשעת זי איז געשטאַנען אויפן שוועל פון אַן איבערקערונגס־פּרואוו קעגן דער צענטראַלער מאַכט, "דער פּוטש אין דעם ביר קעלער". די פּאָווסטאַנציע איז מיט גוואַלד פאַרשטילט געוואָרן דורך דער בייערישער מאַכט, און די אָנפירער פון די ווידערשפּעניקער, צווישן זיי אויך אַדאָלף היטלער, זענען פאַרשיקט געוואָרן אין טורמע. אַ באַוואוסטער בילד פון פּוטש ווייזט הימלערן אין עס־אַ מונדירן, האַלטנדיק דעם סימבאָל פון דער קייסערישער דייטשער אַרמיי. נאָכן דורכפאַל פון פּוטש, אין 1924, האָט הימלער באַשלאָסן פאַרלאָזן פּאָליטיק און זיך אָפּגעבן מיט האָדעווען הינער אין אַ קליין דערפל וואָס האָט געהייסן וואַלדטרודרינג.
ווי ער האָט זיך אומגעקערט צו פּאָליטיק, איז ער געוואָרן דער סעקרעטאַר פון אַ נאַצישן טעטיקער מיטן נאָמען בשם גרעגאָר שטראַסער, וועלכער האָט געאַרבעט אין צפון־דייטשלאַנד, און האָט פאָרגעשטעלט אַ צייט אַ מין קאָנקורענץ צו היטלערן.
אין יאָר 1928 האָט ער געהייראַט מאַרגאַרעטע באָדען, די טאָכטער פון אַ פּרייסישן גוט באַזיצער. צום פּאָרל איז געבאָרן געוואָרן אַ טאָכטער, וועמען זיי האָבן אַ נאָמען געגעבן גודרון. דער זיווג איז ניט עולה־יפה געווען, און דער פּאָרל האָט זיך אָפּגעשיידט און גענומען לעבן באַזונדער.
נאָכדעם וואָס היטלער איז אַרויס פון טורמע, האָט ער באַגרינדעט אַ פּריוואַטע מיליציע וועלכע איז באַקאַנט געוואָרן ווי דער "עס־עס". צו ערשט, האָט דער עס־עס פאַרמאָגט עטליכע צענדליקע מיטגלידער, און עס האָבן מיט עם אָנגעפירט פאַשידענע קאָמאַנדירן; ביז אין יאָר 1929 האָט היטלער פאַרבעטן הימלערן ער זאָל אָננעמען דעם אַמט. אין דער ערשטער צייט, האָט עס געזאָלט הייסן אַז הימלער איז אונטעגעוואָרפן ערנסט רעהמען, וועלכער איז געווען דער אָפיציעלער קאָמאַנדיר פון דעם עס־עס און עס־אַ. ביז עטליכע יאָר האָט די צאָל מיטגלידער געשטויגן צו 52,000 מאַן.
אין נאַצישער דייטשלאַנד ביזן אויסברוך פון דער צווייטער וועלט־מלחמה
בשעת די נאַציס האָבן פאַרכאַפּט די מאַכט אין 1933, זענען די באַציאונגען צווישן הימלערן מיט זיין כלומרשטן קאָמאַנדיר רעהם געווען אָנגעצויגענע. רעהם האָט געשטרעבט צו געבן אַ גרעסערן אויסדרוק צו דער סאָציאַליסטישער און פאָלקישער באַזע פון דעם נאַציאָנאַל־סאָציאַליזם. ער האָט שטאַרק קריטיקירט דאָס וואָס די נייע מאַכט האָט מיטגעאַרבעט מיט די אַלטע אויבערשיכטן – די אַרמיי, די גע'ירש'ענטע אַריסטאָקראַטיע, און די רייכע. דאָס האָט געשאַפן אַן אָנגעצויגנקייט צווישן עם מיט היטלערן. עס האָט זיך געשאַפן אַ בונד צווישן הימלערן מיט הערמאַן גערינג צו מאַכן אַ סוף צו דעם עס־אַ און צו רעהמען.
אויפן ערשטן אַפּריל 1934 האָט גערינג ממנה געווען הימלערן אַלס ראש פון דער געשטאַפּאָ, די פּרייסישע געהיים־פּאָליציי. דאָס האָט עם דערמעגליכט זיך צו דערווערבן אַ געוואַלדיקע מאַכט, און אויף דעם 30סטן יוני 1934 איז ער געווען פון די הויפּט דורכפירער פון דער נאַכט פון לאַנגע מעסערן, אין וועלכער מען האָט דער'הרג'עט הונדערטע עס־אַ מיטגלידער צוזאַמען מיט אַנדערע פּאָליטישע קעגנער. מיט רעהם געהאַט געווען אַרויסגעראַמט פון וועג, האָט הימלער גע'ירש'ענט זיין אַמט.
אין נאָוועמבער 1935, אויף דעם נאַציאָנאַלן פּויערים טאָג (Reichsbauerntag) אין גאָסלאַר, האָט הימלער געשילדערט דעם געפאַר וואָס עס שטעלט מיט זיך פאָר דער אידישער פאָלק: "מיר קענען עם, דעם אידן; דער פאָלק איז צונויפגעשטעלט פון דעם אָפּפאַל פון אַלע פעלקער און נאַציאָנאַליטעטן אויף דעם פּלאַנעט, וואָס אין זיי האָט ער אַריינגעגעבן די אייגנשאַפטן פון די אידישע בלוט, דער פאָלק וואָס שטרעבט צו געוועלטיקן אויף דער וועלט, וואָס זיין אָטעמען איז צושטערונג, זיין ווילן איז פאַרניכטונג, זיין רעליגיע איז אַטעאיזם. זיין גלויבן איז באָלשעוויזם".
אויף דעם זעכצנטן יוני 1936 האָט היטלער אַרויסגעגעבן אַ באַפעל אַז די אַלע פּאָליציי קראַפטן פון די פאַרשידענע דייטשע שטאַטן זאָלן זיך פאַראייניקן. בראש פון דער פאראייניגטער פּאָליציי האָט ער געשטעלט הימלערן. דאָס איז געווען אַ וויכטיגער שריט אין דעם איבערמאַכן דייטשלאַנד פאַר אַ פּאָליציי־שטאַט.
נאָכדעם וואָס רעהם איז שוין געווען אַראָפּגעראַמט פון וועג, איז נאָר דער מיליטער געשטאַנען הימלערן אין זיין וועג צו פולן קאָנטראָל אויף די קעמפנדיקע קראַפטן. דער דייטשער מיליטער בראש פון דעם גענעראַל פעלדמאַרשאַל ווערנער פאָן בלאָמבערג איז געווען אַ זעלבסטשטענדיקע קראַפט, איינגעאָרדנט גאָר אַנדערש ווי הימלער האָט זיך פאָרגעשטעלט. אין 1937 האָט פאָן בלאָמבערג חתונה געהאַט מיט זיין סעקרעטאַרקע, און דאָס האָט הימלערן געגעבן די געלעגנהייט אויף וועלכער ער האָט געוואַרט: נאָך דער חתונה, אין וועלכער עס האָבן אָנטייל גענומען אַלע גדולים פון דער נאַצישער פּאַרטיי, האָט הימלער אַנטפּלעקט דאָקומענטן מיט באַווייזונגען אַז דעם גענעראַלס ווייב האָט געטון אין זנות. בלאָמבערג, וואָס האָט געהערט צו דער אַלטער אַריסטאָקראַטיע, און איז געווען אַ מענטש פון פּרייסישן עטיקעט, איז געווען געצוואונגען זיך אָפּצוזאָגן. אויף זיין אָרט האָט מען באַשטימט גענעראַלאָבערסט ווערנער פאָן פריטש.
עטליכע וואָכן דערנאָך, האָט מען פריטשן אָפּגעזאָגט פון זיין אַמט, און היטלער האָט זיך באַקרוינט ווי דער "אויבער קאָמאַנדיר פון די געוואָפנטע קראַפטן", אַ טיטל וואָס ער האָט געטראָגן ביז צו זיין טויט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!