רוי:דראט-רעקארדירן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דראָט־רעקארדירן (ענגליש: wire recording), אדער ווי אנדערע רופן דאס די בענדלעך, איז געווען א שטימע רעקארקדירן מיטל דורך מאגנעטן אויף שטאלענע אדער זשאווערפריי שטאלענע דינע דראטן.

עס איז איבערגענומען געווארן דורך דער מאגנעטיש טעיפ סיסטעם וועלכע מ'האט שפעטער געטוישט צו ניצן קאסעטן.

עס איז צוערשט גענוצט געווארן אין די שפעטע 1890ער יאהרן און געווען שטארק פאפולער אין די 1940ער און פופציגער יאהרן. וואס כאטש די מאגנעטיק טעכנאלאגיע איז שוין געווען, האבן מענטשן פריוואט גענוצט די אזוי גערופענע בענדלעך.

למעשה איז עס ארויס פון באנוץ וויבאלד עס איז שווער געווען צו באהאנדלען, די דראנטן פלעהגן זיך אפט צורייסן און פארקניפן און ס'איז געווען א גאנצע עבודה עס אויפצוקניפן.

אין פארגלייך צו טעיפ רעקארדערס האט עס פארמאגט א שנעלע גיך. א שעה רעקארד איז באשטאנען פון איבער זיבן טויזנט פוס גאר דינע דראט (ווי האר) ארום א דריי אינטשיגע רעדל.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!