רוי:פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:די פרעזידענט פון אמעריקע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
זיגל פונעם פרעזידענט

דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן (ענגליש: President of the United States, אינקורצן POTUS) איז דער געוויילטער ראש מלוכה און הויפט פונעם עקזעקוטיוו פון די פאראייניגטע שטאטן. דער פרעזידענט פירט דעם עקזעקוטיוו און די פעדעראלע רעגירונג, און ער איז דער הויפט קאמאנדיר פון דער מיליטער פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע.

דער אמט פון פרעזידענט אין די פאראייניגטע שטאטן איז דער העכסטער אמט אָנצוקומען אין לאנד. (אין רוב אנדערע לענדער איז דער פרעמיער מיניסטער דער פירער און קאמאנדיר איבער אלעם.) ער ווערט באטראכט אלס דער מאכטפולסטער פערזאן אין דער וועלט.

צו ווערן פרעזידענט דארף מען דערווייל זיין א געבוירענער אין לאנד און מינימום 35 יאהר אלט, און האבן געוואונט אין לאנד פאר די לעצטע זיבן יאר. (ארנאלד שווארצענעגער האפט צו טוישן דאס געזעץ צו קענען לויפן פאר פרעזידענט). אין 1951 איז דאס געזעץ אריין אין קראפט איבער די צוימינג פון דינען נישט מער ווי צוויי טערמינען (ד.מ. צוויי מאל 4 יאר)

דאס ווייסע הויז

די פרעזידענטס אפיציעלע רעזידענט איז אין די ווייסע הויז

ער פארס וואן

דער פרעזידענט האט די סאפסיקירסטע פליגער אין דער וועלט און דער איינציגסטער פרעזידענט וואס האט א ספעציעלע פליגער, און מ'רופט דאס "ער פארס וואן"

די ערשטער פאמיליע

די פרעזידענטס פאמיליע ווערט אנגעריפן 'די ערשטע פאמיליע'

די קאבינעט

א פרעזידענט וויילט זיך אויס זיינע קאבינעט מיטגלידער און קאלעגן. דער העכסטער אמט נאכ'ן פרעזידענט איז דער וויצע־פרעזידענט, און דערנאך דער שטאַט'ס סעקרעטאר.

זעט אויך


br:Prezidant Stadoù-Unanet Amerika co:Presidenti di i Stati Uniti d'America da:Amerikanske præsidenter ga:Uachtarán na Stát Aontaithe gl:Presidentes dos Estados Unidos de América id:Daftar Presiden Amerika Serikat ml:അമേരിക്കൻ ഐക്യനാടുകളുടെ പ്രസിഡണ്ടുമാരുടെ പട്ടിക nrm:Président d's Êtats Unnis scn:Prisidenti dî Stati Uniti

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!