רוי:בעלא שאגאל

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:די ערשטע באגעגעניש)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

בעלא ראזנפעלד שאַגאַל (רוסיש: Бэлла Розенфельд-Шагал;‏ 15טן דעצעמבער 1895, וויטעבסק2טן סעפטעמבער 1944, ניו יארק), איז געווען א שרייבערקע אויף יידיש, און די ווייב פון מארק שאגאל. בעלא שאגאל איז געווען דער סוביעקט פון א סך פון איר מאנ'ס בילדער.

לעבנסגעשיכטע

בעלא ראזנפעלד איז געבוירן געווארן צו א פארמעיגליכער פאמיליע פון סוחרים, חב"דסקער חסידים אין דער שטאט וויטעבסק. זי איז געווען די יונגסטע פון זיבן קינדער. זי האט געענדיגט גימנאזיע און איז אויפגענומען געווארן צו שטודירן אין דער פאקולטעט פון גייסט וויסנשאפט אין מאסקווער אוניווערסיטעט, וואו זי האט געענדיגט אירע שטודיעס אין 1914. אין 1909 האט זי געטראפן מארק שאגאל, דעמאלסט א סטודענט פונעם מאלער לעאן באקשט. זיי האבן חתונה געהאט אין 1915 און האבן זיך געצויגן קיין פעטראגראד. מיט א יאהר שפעטער איז געבוירן געווארן זייער איינציגע טאכטער אידא. אין 1918 זענען זיי צוריק געקומען קיין וויטעבסק, און אין 1882 האבן זיי זיך עמיגרירט קיין ליטע און דערנאך דייטשלאנד.

אין 1924 האבן זיי געוואוינט אין פאריז און דערנאך אין דרום פראנקרייך. אין 1931 האבן זיי באזוכט ארץ ישראל וואס האט אויפגעוועקט אין איר בענקענישן נאך איר געבורטשטאט. דעמאלטסט האט זי אנגעהויבן שרייבן אירע מעמוארן אויף יידיש.

אין 1941 איז בעלא געווארן ארעסטירט אין מארסיי. זי איז אבער באפרייט געווארן און דיי שאגאלס זענען אנטלאפן אין די פאראייניגטע שטאטן.

דעם 2טן סעפטעמבער 1944 איז בעלא נפטר געווארן פון א ווירוס אינפעקציע.

אירע ביכער

  • ברענענדיקע ליכט, 1945
  • די ערשטע באגעגעניש, ניו יארק 1947. דאס בוך אנטהאלט איין-און-צוואנציג ערציילונגען אין א ס"ה פון 230 זייטן, געשריבן אין א רעלאטיוו לייכטער שפראך. עס האט אויך 27 צייכענונגען און א קורצער פאהרווארט פון איהר מאן דער באריהמטער מאָהלער מארק שאגאל.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!