רוי:ערד-פלאנעט

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:גלאבוס)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ערד-פלאנעט

ערד-פלאנעט (סימבאל: 🜨; ענגליש: Earth) איז א וועלט וואס איז אויף איר פלאצירט לעבעדיקע באשעפענישן. די וועלט אדער ערד פלאנעט איז איינער פון די פלאנעטן פון דער זון סיסטעם די דריטער ווייטסטער פון דער זון און דער פינפטער גרעסטער אין דיאמעטער. די ווייטקייט פון דער ערד צו דער זון איז געשאצט אויף 92,897,000 מייל (149,503,000 קילאמעטער). ער איז דער איינציגסטער פלאנעט וואס שטיצט לעבן כאטש אנדערע פלאנעטן האבן אויך אטמאספער און וואסער. אויף דער ערד לעבן מיליאנען זגאלן, כולל מענטשן.

צוליב דער אזאן שיכטע און דער ערד'ס מאגנעטישן פעלד, ווערט די ערד געשיצט פון שעדיקע שטראלונג פון דער זון, און אזוי איז לעבן מעגלעך אויף דער ערד.

מער ווי 70 פראצענט פון דער ערד'ס אייבערפלאך איז באדעקט מיט וואסער; דער איבריגער טייל איז די קאנטינענטו און אינזלען, וואס אנטהאלטן אויך אזערעס. די צוויי פאלוסן זענען באדעקט מיט אייז; הארטער אייז וואס באדעקט דעם קאנטינענט אנטארקטיקע ביים דרום פאלוס, ווי אויך ים־אייז ביי ביידע פאלוסן.

די גרויסע מאסע פון דער זון שאפט א גראוויטאציע־קראפט דורך וואס די ערד פארט ארום דער זון. אזוי אויך גייט די לבנה ארום דער ערד.

די ערד דרייט זיך איין מאל יעדן טאג, דערפאר קערט אן אנדער טייל פון דער ערד צו דער זון אין אנדערע צייטן. די צייט וואס עס דויערט די ערד צו דרייען אינגאנצן הייסט א "טאג". די ערד גייט ארום דער זון איין מאל א "יאר", וואס איז לאנג ¼365 טעג.

די לבנה גייט ארום דער ערד איין מאל אין ⅓27 טעג, און שפיגלט אפ ליכט פון דער זון.

עטימאלאגיע

דאס ווארט "ערד" אין יידיש איז ענליך צו די ווערטער וואס מען ניצט אין אלע גערמאנישע שפראכן: ווי האלענדיש aarde, דייטשיש Erde, און שוועדיש, נארוועגיש און דעניש jord.

צוזאמנשטעל און סטרוקטור

די ערד איז אן ערדישער פלאנעט, ד.ה. זי איז צוזאמנגעשטעלט מיט שטיינער, ענדערשט ווי א גאז ריז ווי יופיטער. זי איז די גרעסטע פון די פיר ערדישע פלאנעטן ארום דער זון, סיי אין גרייס סיי אין מאסע. פון די פיר פלאנעטן האט די ערד די גרעסטע געדעכטקייט, די העכסטע אויבערפלאך גראוויטאציע, דאס שטערקסטע מאגנעטישע פעלד, און די גיכסטע ראטאציע.[1]

די ערד, ווי מיר רופן זי ערד קוגל, איז פאקטיש נישט הונדערט פראצענט רונדיג, זי האט די פארעם פון א פלאכן ספערויד. זי איז 26 מייל לענגער אין דער ברייט ווי אין דער לענג (צווישן דעם צפון פאלוס און דעם דרום פאלוס). די וועלט לויפט ארום אין קאסמאס מיט א שנעלקייט פון 66,000 מייל פער שטונדע (אגב, עס איז נישט דא קיין שום מחלוקה דערין ווי טייל מענטשן מיינען) . דאס האט מען ערשט אויסגעפינען ווען מען האט די ערשטע מאל דערגרייכט אויף דער לבנה מיט סאטעליט טעכנאלאגיע. דער דורכשניטליכער דיאמעטער פון דער ערד איז 12,742 ק"מ, אומגעפער π/‏40,000 ק"מ, צוליב דעם וואס מ'האט אריגינעל דעפינירט דעם מעטער צו זיין 1/10,000,000 פונעם דיסטאנץ צווישן דעם עקוואטאר און דעם צפון פאלוס דורך פאריז, פראנקרייך.

דער נידריגסטער פונקט אויף דער ערד איז 418- מעטער ביים ים המלח, און דער העכסטער פונקט איז דער שפיץ פונעם עווערעסט בארג, געשאצט 8,848 מעטער. די דורכשניט הייך פון דער ערד איבערן ים פלאך איז 840 מעטער.

די יבשה פון דער ערד ווערט צעטיילט אין זיבן קאנטינענטן: אויסטראליע, אזיע, אייראפע, אנטארקטיקע, צפון און דרום אמעריקע, און אפריקע, און פארשידענע ימען. אויך קען די ערד ווערן צעטיילט אינעם צפון און דרום האלבקייליכער, צענטרירט אויף די צוויי פאלוסן. (מען רעדט אויך וועגן די מזרח און מערב האלבקייליכער, אבער דאס איז נישט קיין געאגראפישן באגריף.)

פארעם

די ערד האט די פארעם פון א פלאכן ספערויד, צוליב דעם וואס זי דרייט זיך אויפן אַקס גאר גיך. דער עקוואטאר וואס גייט ארום דער ערד אין מיטן איז לאנג אומגעפער 40,075 ק"מ (24,900 מייל). דער העכסטער בארג, עווערעסט, איז הויך 8.8 ק"מ איבערן ים־פלאך, אבער דער שפיץ פונעם בארג טשימבאראזא, אין עקוואדאר. וואס איז נאר הויך 6.3 ק"מ איבערן ים־פלאך, איז אבער ווייטער פונעם צענטער פון דער ערד ווייל ער איז כמעט ביים עקוואטאר.

כעמישער צוזאמענשטעל

די מאסע פון דער ערד איז אומגעפער 1024‏ × 5.98 ק"ג. אין אלגעמיין, איז די ערד צוזאמענגעשטעלט פון אייזן (32.1%), וואסערשטאף (30.1%), סיליציום (15.1%), מאגנעזיום (13.9%), שוועבל (2.9%), ניקל (1.8%), קאלציום (1.5%) און אלומיניום (1.4%). די איבעריקע 1.2% שליסט איין א סך אנדערע כעמישע סובסטאנצן. סובסטאנצן וואס זענען זייער אומגעווענליך (ווי למשל גאלד און פלאטין) זענען זייער טייער.

די הויפט באשטאנדטיילן פון די שטיינער אין דער אויבערשטער שיכטע פון דער ערד זענען די אקסידן סיליקא, אלומינא און קאלך.

טיף אין דער ערד איז גאר אנדערש ווי די העכסטע שיכטע. גאר דאס פליסיקע וואסער אין דער ערד געפינט זיך אין די ימען אדער נאענט צום אייבערפלאך פון דער ערד. אויך האט די אויבערשטע שיכטע א סך זויערשטאף, וואס איז כמעט נישט בנמצא טיף אין דער ערד. בעלי חיים און פלאנצן קענען לעבן נאר אויפן אייבערפלאך. די שטיינער אין דעם אייבערפלאך זענען טיף פון 30 ביז 60 ק"מ, אבער אונטערן ים זענען זיי נישט אזוי טיף—אין טייל ערטער נישט מער ווי 6 ק"מ. אונטער דעם איז א שיכטע פון פליסיקען שטיין וואס איז גאר הייס, אומגעפער 7,000°C. דער טיפסטער טייל אין צענטער פון דער ערד איז סאליד צוליב דעם גרויסן דרוק, און איז מערסטנס אייזן; וועגן דעם איז די ערד מאגנעטיש.

היץ

טיף אין דער ערד איז זייער הייס. דאס קומט בעיקר פון ראדיאאקטיוויטעט פון איזאטאפן פון קאליום-40, אוראניום-235, אוראניום-238 און טאריום-232. די וויסנשאפטלער קלערן אז אינמיטן דער ערד איז די טעמפעראטור ביז C°‏ 6,000.

ערד-פלאטעס

די אייבערשטע שיכטע פון דער ערד, וואס מען רופט די ליטאספערע (ספערע פון שטיין), איז צעטיילט אין עטליכע פלאטעס. די פלאטעס זענען שטייף, אבער באוועגן זיך אין פארהעלטעניש מיט אנאנד. ערדציטערנישן און וואולקאנישע טעטיקייטן פאסירן וואו די פלאטעס קומען צוזאמען.

אטמאספער

די ערד איז ארומגענומען מיטן אטמאספער, וואס איז 78% אזאט און 21% זויערשטאף, מיט א קליין ביסל וואסער דאמף און קארבאן דיאקסיד. דער נידריגסטער טייל פונעם אטמאספער, מיט 80% פון זיין מאסע, הייסט דער טראפאספער, און איז הויך צווישן 8 ק"מ (ביי די פאלוסן) ביז 17 ק"מ (ביים עקוואטאר). ענערגיע פון דער זון ווארעמט אן דעם טראפאספער (און דעם אייבערפלאך פון דער ערד) אזוי ברייטערט זיך אויס די לופט. במילא האט די לופט איבער דער ערד א נידריגע געדיכטקייט, און זי הייבט אן ארויפגיין, ווען די קילערע לופט פון אויבן פאלט אראפ. דאס שאפט א כסדרדיקע צירקולאציע פון לופט וואס טרייבט וועטער און קלימאט.

די הויפט אטמאספערישע צירקולאציעס זענען די האנדל ווינטן צווישן 30ְº גארטל-ליניעס און דעם עקוואטאר און די מערבדיקע ווינטן צווישן 30ְº און 60ְº. אויך האבן די אקעאן שטראמען אן איינפלוס איבערן וועטער.

לעבעדיגע באשעפענישן דארפן האבן לופט כדי צו אטעמען און לעבן. זיי ניצן די גאזן—ספעציעל זויערשטאף און אזאט—צו שאפן און ניצן צוקער און צו געבן זיך קראפט.

אזוי ווי די ערד דרייט זיך טוט דאס באוועגן די לופט קיין צפון און דרום, ווייל נאנט צום עקוואטאר ווערט די ערד ווארעם פון דער זון. העכער דעם וועסער נעמט די לופט אריין וואסער; אבער קאלטע לופט קען נישט האלטן אזוי פיל וואסער, און ווען די לופט ווערט קעלטער שאפט דאס וואלקנס און רעגן. וואסער דרייט זיך כסדר אין א קרייז וואס מען רופט דעם וואסער-ציקל.

ארביט און ראטאציע

ראטאציע

די תקופה פון דער ערדס ראטאציע אין פארהעלטעניש צו דער זון—דער דורכשניטליכער זון טאג—איז 86,400 סעקונדעס. דער ערדס ראטאציע אין פארהעלטעניש צו די שטערן—דער שטערן טאג—איז 86,164.0989 סעקונדעס, ד"ה 23ש 56מ 4.0989ס.

צוליב דער ראטאציע פון דער ערד, זען אויס אלע הימלישע קערפער אז זיי רוקן קיין מערב מיט א גיך פון 15° א שעה.

ארביט

די ערד גייט ארום דער זון ווייט 150 מיליאן ק"מ יעדע 365.2564 דורכשניטלעכע זון טעג, איין סידעריש יאר. פון ערד זעט אויס די זון צו רוקן מזרחדיק אין פארהעלטעניש צו די שטערן כמעט 1º א טאג.

די לבנה און ערד ארביטירן א געמיינזאמען באריצענטער יעדע 27.32 טעג רעלאטיוו צו די הינטערגרונט שטערן. אז מען רעכנט מיט די ערד-לבנה סיסטעמ'ס בשותפותדיקן ארביט ארום דער זון, איז דער פעריאד פון דעם סינאדישן מאנאט, פון מולד צו מולד, 29.53 טעג. קוקנדיק פון דעם הימלישן צפון פאלוס, זענען די באוועגונג פון דער ערד, פון דער לבנה, און זייערע אַקס-ראטאציעס אלע קעגנזייגערדיק. אז מען קוקט פון אן אויסבליקפונקט איבער די צפון פאלוסן פון סיי די זון סיי די ערד, טוט די ערד ארביטירן אין א קעגנזייגערדיקער ריכטונג ארום דער זון. דער ערד'ס אַקס איז אנגעבייגט עטליכע 23.44 גראד פון דעם פערפענדיקולאר צום ערד-זון פלוין (דער עקליפטיק), און דער ערד-לבנה פלוין איז אנגעבייגט ביז ±5.1 גראד קעגן דעם ערד-זון פלוין. אן דעם אנבייג וואלט פאסירט א ליקוי יעדע צוויי וואכן, איין מאל א ליקוי לבנה און דאס אנדערע מאל א ליקוי חמה.[2][3]

סעזאנען

לעבן

די ערד איז די איינציגע סביבה וואו (לויטן היינטיגן וויסן) ס'איז דא לעבן. ארום דער ערד איז דא אן אטמאספעאר וואס אנטהאלט זויערשטאף, דער וויכסטיקער מיטל פאר לעבן, און ארום דעם זויערשטאף איז דא א שיכט פון אזאן וואס שיצט קעגן שעדליכער ראדיאציע.

לופט

די ערד איז ארומעגענומען מיט לופט, וואס איז 78% אזאט, 21% זויערשטאף און א קליינער טייל אנדערע גאזן. די גראוויטאציע פון דער ערד פועלט אז די לופט זאל נישט אוועקגיין אינעם קאסמאס.

זעט אויך

רעפערענצן

  1. Stern, David P. (2001-11-25). "Planetary Magnetism". NASA. Retrieved 2007-04-01.
  2. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען earth_fact_sheet
  3. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען moon_fact_sheet
די זון סיסטעם
 
Solar System XXX RTL.png
די זון · מערקור · ווענוס · ערד · מאדים · צערעס · יופיטער · סאטורן · אוראנוס · נעפטון · פלוטאן · עריס
פלאנעטן · קארליק-פלאנעטן · לבנות: ערדיש · מארסיש · אסטערוידיש · יופיטעריש · סאטורניש · אוראניש · נעפטוניש · פלוטאניש · ערידיש
SSSBs:   מעטעארוידן· אסטערוידן (אסטערויד פאס) · Centaurs · TNOs (קויפער פאס/פארשפרייטער דיסק) · קאמעטן (אורט וואלקן)
זעט אויך אסטראנאמישע אביעקטן און דער זון-סיסטעמ'ס רשימה פון אביעקטן, סארטירט לויט ראדיוס אדער מאסע.
רשימה פון פּלאַנעטן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!