רוי:א שפראך איז א דיאלעקט מיט אן ארמיי און א פלאט
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אַ שפּראַך איז אַ דיאַלעקט מיט אַן אַרמיי און פלאָט איז איינער פון די מערסטע געניצט אפאריזמען אין דיסקוטירן דעם חילוק צווישן א דיאלעקט און א שפראך. עס אילוסטרירט דעם פאקט אז דער סטאטוס פון די רעדערס ווירקט אויף צו זייער שפראך איז א דיאלעקט. די וועלט מיינט אז מאקס וויינרייך האט מחדש געווען דעם אפאריזם, אבער ער אליין האט עס איבערגעזאגט פון א צווייטן, אזוי ווי ער שרייבט אינעם פאלגנדן שטיקל:
- פאַר אַ יאָרן האָבן מיר אין דער ד"ר צמח שאַבאַד־אַספּיראַנטור געהאַט אַ קורס פון צוואַנציק לעקציעס אויף דער טעמע׃ "פּראָבלעמען אין דער געשיכטע פון דער ייִדישער שפּראַך". צווישן די צוהערערס איז איין מאָל אויך אַריינגעפאַלן אַ לערער פון אַ בראָנקסער הייסקול. ער איז געקומען קיין אַמעריקע ווי אַ קינד און האָט פאַר דער גאַנצער צייט קיין מאָל ניט געהערט, אַז ייִדיש האָט אַ געשיכטע און קען דינען פאַר העכערע ענינים אויך. ווי אַזוי ער איז פון דער אַספּיראַנטור פון ייִוואָ געוואויר געוואָרן ווייס איך ניט, נאָר פון יעמאָלט אָן האָט ער שוין גענומען קומען. איין מאָל נאָך אַ לעקציע גייט ער צו צו מיר און פרעגט׃ "וואָס איז דער חילוק פון אַ דיאַלעקט ביז אַ שפּראַך?" איך האָב געמיינט, אַז עס רופט זיך אים דער משׂכּילישער ביטול, און איך האָב אים געפּרוּאווט אַרויפפירן אויפן ריכטיקן וועג, נאָר ער האָט מיך איבערגעריסן׃ "דאָס ווייס איך, אָבער איך וועל אייך געבן אַ בעסערע דעפיניציע׃ אַ שפּראַך איז אַ דיאַלעקט מיט אַן אַרמיי און פלאָט". איך האָב זיך יעמאָלט באַלד פאַרגעדענקט, אַז די דאָזיקע וואוּנדערליכע פאָרמולירונג פון דער סאָציאַלער מערכה פון ייִדיש מוז איך ברענגען צו אַ גרויסן עולם.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!