רוי:ארנאלד שווארצענעגער
ארנאלד אלאיס שווארצנעגער (דייטשיש: Arnold Alois Schwarzenegger, געבוירן 30סטן יולי 1947) איז אן עסטרייכער-אמעריקאנער קערפער-בויער, אקטיאר און פאליטיקער. ער איז דער יעצטיגער און 38ער גובערנאטאר פון קאליפארניע.
ער איז אריינגעקומען אין אמט דורך א שטוינענדן צופאל, ווען דער דעמאלטסדיגער גאווערנאר גרעי דעיוויס האט אין א זינלאזן ריקאול וואל פארמעסט פארלוירן צום דעם דעמאלטדיגן באקאנטן אקטיאר, צוליב זיינע פולע לינקע אנשויאונגען וואס האבן אריינגעפירט די שטאט און א באנקראט סיסטעם כאטש עס וואוינט דארטן די רייכסטע אמעריקאנער.
וואס עס איז שרעקליך קאמיש אז שווארצענעגער האט נאר געוואונען א דאנק זיין שטארקן קאמפיין צו איבערדרייען די שטאט אויף רעכטס און אזוי איר ארויספירן פונעם פלאנטער אבער ווען עס איז געקומען צו די ערשטע רונדע וואלן האט ער זיך דערזעהן אז די וויילער ווילן באמת יא נאר לינקע אנשויאונגען, האט ער זיך איבערגעדרייט דאס היטל און דערקלערט אז מען קען אויך זיין א לינקער אפילו מען איז א רעפובליקאנער און אפילו א קאנסערוואטיווער, און ממילא האלט די שטאט דארטן ווי זי האט געהאלטן בעפאר איהם, הארט פארן דערקלערן טשעפטער 11 און ביים שוועל פון צוזאמען בראך, איי פארוואס האט מען איהם אויפגעטוישט מיט גרעי דעוויס, נו א קשיא אויף די קאליפארניער אקטיארן.
זיין שטוינענדער זיג ווערט צוגעשריבן צו זיין פאפולאריטעט אלס אן אקטיאר וואס ווי באקאנט איז קאליפארניע די הויפט שטאט פון אקטיארן, און ווי עס האט זיך טאקע שפעטער ארויסגעשטעלט אז וואס ער האט געוואלט טון אנדערש פון זיין פארגייער האט זיך נישט גוט אפגערופן און ער האט שטענדיג געמוזט פירן די זעלבע אגענדע, כאטש ווען ער איז געלאפן קעגן איהם האט ער קאמפיינט ארויסצוזען דעם שטאט פון באנקראט צושטאנד, און עס האט אויסגעזעהן אז צוליב דעם האט ער געוואונען דעם פארמעסט, האט אבער די פאר יאר אין אמט געוויזן אז דווקא דאס איז וואס די קאליפארניער איינוואוינער ווילן נישט, און זיי גלייכן איהם נאר צוליב זיין אקטיאר'שאפט וואס ברענגט איהם נאנטער צו די מענטשן.
ער איז אזא פאפולערער פיגור, אז די רעפובליקאנער האבן אים געגעבן גרויס כבוד און יאר 2004 ביי די רעפוליקאנער קאנווענשאן אין מאנהעטן, ניו יארק, אין דעם מעדיסאן סקווער גארדן זאל.
אבער ווי ערווענט זינט דאן האט ער כדאי צו געוואונען די קאליפארניער הערצער און וואלן זיך שארף געדרייט אויף לינקס אזוי אז די רעפובליקאנער וועלכע זייער עיקר באזע זענען די רעכטע עלעמענטן אידענטיפיצירן זיך שוין נישט אזוי שטארק מיט אים אויס מורא פאר א צוריק קלאנג פון דער רעכטער זייט, כאטש אין קאליפארניע, און אזוי אויך איבער גאנץ אמעריקע איז ער נאך זייער שטארק פאפולער.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!