רוי:אליעזר צבי צווייפל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אליעזר צבי צווייפעל (1815 – 1888) איז געווען א שריפטשטעלער; זיין הויפט-ווערק, וואָס שטעלט אים אַוועק אין דער ערשטער ריי פון היסטאָריקער און פאָרשער, איז זיין "שלום על ישראל" (3 בענדער), אין וועלכן ער האָט דער ערשטער פון די משכילים געוואַגט צו פאַרטיידיגן חסידות, אָנווייזנדיג אויף דער שיינקייט און אינערליכקייט פון דער חסידישער באַוועגונג, צונויפנעמענדיג פיל דברי תורה פון אַלטע חסידישע ספרים; אונטער דעם איינפלוס פון צווייפעל איז אַנטשטאַנען דער נעאָ-חסידיזם, די ניי-חסידישע באַוועגונג אין דער העברעאישער און אידישער ליטעראטור (פּרץ, בערדיטשעווסקי, צייטלין, שטיינבערג, האָראָדעצקי און אַנדערע). זיין צווייט וויכטיג ווערק איז דער "סניגור", אַן אָפּהאַנדלונג איבער דעם תלמוד און זיין שטעלונג צו פאַרשידענע לעבנס-ערשיינונגען און געזעלשאַפטליכע פראַגן. ער האָט אויך געשריבן אַנדערע קלענערע ספרים ווי אויך עטליכע זאַכן אין אידיש.

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!