רוי:אינטעריגאציע
אינטערעגאציע אדער אויספרעגונג איז א ספעציעלע סיסטעם פון טאקטיקן און מעטאדן וועלכע ווערט גענוצט דורך די פאליציי צו מאכן רעדן ארעסטאנטן פון וועלכע מען דארף האבן אינפארמאציע וועלכע קען פירן צו ווייטערדיגע ארעסטן.
פראקטיק
פארברעכן איז אן אנגייענדיגע פראבלעם אין סאסייאיטי און וויפיל מען זאל נישט פרובירן דאס קעמפן וועט מען קיינמאל נישט באווייזן דאס צו עלימינירן. מען נוצט היינט פארגעשריטענע טעכנאלאגיע צו כאפן פארברעכערס און דאס האלט צוריק אנדערע פון באגיין א פארברעכן. ווי מער פארברעכער מען כאפט אלס קלענער ווערט די פארברעכן ראטע ווייל דאס לערנט א לעקציע.
כאפן א פארברעכער איז איין זאך, און דאן קומט די ארבעט פון אויספארשן. מען פארשט פארברעכער צוליב צוויי סיבות. ערשטנס וויל מען דערגיין מיט וועמען זיי זענען באגאנגן פארברעכנס און ארעסטירן יענע אויך. און אויסער דעם ווילן די לאו ענפארסמענט אגענטורן זיך לערנען וויאזוי פארברעכנס ווערן דורכגעפירט כדי מען זאל קענען אפהאלטן אנדערע פון טאן דאס זעלבע.
אין טיראנישע רעגירונגן פייניגט מען פארברעכער פיזיש ווילאנג זיי קענען דאס מער נישט אויסהאלטן און געבן ארויס אינפארמאציע. אין די פרייע וועלט איז כמעט נישט פאראן אזא זאך און די ארבעט איז א פסכילאגישע. אויספארשער זענען געלערנט וויאזוי צו נוצן פסכילאגישע טאקטיקן און סאציאלע באאיינפלוסן וועלכע ברעכט א מענטש'נס עקשנות און ער עפענט זיך, אמאל אפילו אומוויסנדיג.
פארברעכער זענען אין גרויס טייל זעלבסשטענדיגע מענטשן וועלכע נעמען געוואגטע שריט און זענען הארטנעקיג ווען עס קומט צו אן אויספארשונג. די אויספארשער דארפן באנעמען דעם פארברעכער'ס פערזענליכקייטן און אויסגעפינען א וועג וואו מען קען אריינדרינגן און אים אפשוואכן ער זאל פארלירן קאנטראל פון זיין מוח און ארויסגעבן וואס מען וויל פון אים האבן.
דער מוח איז די וואונדערליכסטע טייל פון קערפער אבער וועט שנעל אויפגעבן איינמאל מען הייבט אן נאכלאזן. ווען א מענטש האט אן ערנסטע פראבלעם וועט ער דאס גרינגער קענען באהאנדלן אויב אין זיין געוויסן האלט ער זיך שטארק. אויב נישט פאלט דער מוח אריין אין דעפרעסיע און דעמאלט הייבן די פראבלעמען אן קומען איינע נאך די אנדערע ווייל דער מוח מאכט מער נישט די בעסטע באשלוסן.
די אויספארשער נעמען זיך אויף א פארדעכטיגטן און הייבן אן שפילן מיט זיין גייסט אויף אלע וועגן ביז זיי טרעפן דעם וועג אריין. די אויטאריטעטן זאגן אז בערך 55 פראצענט פארברעכער אין אמעריקע געבן זיך אונטער ביי די אויספארשונגן.
אין אמעריקע איז די ארבעט פון אויספארשונגען אויך געווען אמאל גרינגער. פאליציי האבן גענוצט פארשידענע פיזישע טאקטיקן וועלכע זענען געווען לעגאל. מען האט געלאזט הונגערן, אוועקגענומען שלאף, שטארקע ליכטיקייט אדער טונקעלקייט, און אנדערע אומבאקוועמליכקייטן. מען האט אפילו געמעגט שלאגן מיט ספעציעלע ראבערנע שטעקענעס וועלכע האבן נישט געלאזט קיין צייכענעס. מיט די אלע זאכן איז נישט געווען זייער שווער צו צוברעכן א מענטש ביז עטליכע טעג.
אין די דרייסיגער און זעכציגער יארן האט זיך דאס געטוישט און די אלע זאכן זענען געווארן אומלעגאל. די סופרים קארט האט דעמאלט אויפגעוויזן אז אין אסאך פעלער האבן אומשולדיגע מענטשן מודה געווען אין פארברעכן וועלכע זיי זענען קיינמאל נישט באגאנגען נאר ווייל זיי האבן געוואלט מען זאל זיי אפלאזן.
עס זענען פאראן צוויי אמענדמענדס אין די אמעריקאנער קאנסטיטוציע וועלכע גיט די רעכט פאר יעדן צו בלייבן שטיל אדער פארלאנגן אן אדוואקאט וועלכע זאל אים אנווייזן וואס יא אדער נישט צו זאגן. די סופרים קארט האט דעמאלט אויפגעשפילט עטליכע פעלער אין וועלכע די אנגעקלאגטע האבן נישט געוואוסט פון זייערע רעכטן און האבן מודה געווען אויף אומשולדיגע זאכן נאר ווייל זיי האבן געמיינט אז אזוי וועלן זיי אפקומען גרינגער. א געזעץ איז דעמאלט אריין אין קראפט אז די לאו ענפארסמענט אגענטן מוזן איבערגעבן די רעכטן פאר יעדן אנגעקלאגטן אין דער צייט וואס ער ווערט ארעסטירט.
דאס געזעץ גיט די רעכט צו בלייבן שטיל אדער נעמען אן אדוואקאט. אבער עס טוט נישט אפהאלטן די רעכטן פון די לאו ענפארסמענט צו נוצן זייערע טאקטיקן יענעם צו מאכן רעדן אזוי לאנג ווי זיי פייניגן נישט יענעם פיזיש.
די ערשטע זאך וואס די פאליציי וועט טאן צו מאכן רעדן איז די גוטע און שלעכטע טעכניק. אין דעם שפיל וועט איין אפיציר שפילן ווי דער שלעכטער מענטש וועלכער וויל דעם פארדעכטיגן אריינשליידערן אין טורמע און דער צווייטער אפיציר וועט שפילן ווי דער גוטער וואס איז מער צוגעלאזן און פרובירט אים באשיצן פון דעם שלעכטן אפיציר. מיט דעם געווינט מען צוטרוי צום פארדעכטיגן און ער וועט גרינגער רעדן. אויב דאס ארבעט נישט וועט מען אים סטראשן וואס עס קען אים ערווארטן אויב ער רעדט נישט. די פאליציי מעגן נישט סטראשן מיט שטראפן וועלכע יענער קען נישט באקומען אבער מעגן סטראשן מיט די ערגסטע וואס קען אים ווארטן כאטש עס מאכט זיך זעלטן אז איינער אין אזא צושטאנד זאל באקומען די מאקסימום שטראף.
אין די 50ער יארן האבן לאו ענפארסמענט אגענטורן אנגעהויבן נוצן די ליי דעטעקטאר מאשינען וועלכע האט זיי געהאלפן באשליסן אויב דער פארדעכטיגטער זאגט ליגנט. אבער די ליי דעטעקטאר איז קיינמאל נישט אנגענומען געווארן אלס א באווייז אין געריכט און ווארשיינליך איז עס צוליב דעם וואס עס איז נישט גענוג פונקטליך. די פאליציי נוצן עס זיך גרינגער צו מאכן די ארבעט אבער קענען דאס נישט ברענגן אין געריכט.
די ארבעט פון אויספארשונג מוז געטאן ווערן אין ווייניגער ווי דריי טאג ווייל עס איז פאראן א באזונדערע געזעץ (די 14'טע אמענדמענד) וועלכע גיט די רעכט פאר יעדן פארדעכטיגטן צו באקומען א שנעלע אנקלאגע. אויב קען מען נישט קלאגן יענעם מיט באווייזן וועט מען אים מוזן לאזן גיין פריי נאך דריי טאג. אויב טרעפט מען אים יא שולדיג קען מען אים ווייטער פארשן ער זאל ארויסגעבן נאך אינפארמאציע.
אויספארשונג טעכניקס
מאדערן אויספארשונג איז א שטודיע אין דעם מענטשליכן נאטור. א מענטש וועט נאר רעדן צו א צווייטן ווען ער האט עפעס א שייכות מיט יענעם און שפירט אז ער קען יענעם געטרויען. איינמאל א מענטש הייבט אן רעדן צו א צווייטן איז שווער אויפצוהערן ווייל דער מענטש האט בטבע ליב צו קאמיוניקירן. איינמאל מען הייבט אן רעדן דעם אמת איז שווער נאכדעם צו זאגן ליגנט ווייל אמת איז די ריכטיגע קאמיוניקאציע און איינמאל מען האט דעם קאמיוניקאציע וויל מען דאס אנהאלטן. די שווערע ארבעט איז צו מאכן א פארדעכטיגטן רעדן. איינמאל ער הייבט אן ארויסגעבן וועט ער שוין ארויסגעבן אלעס ווייל מיט זיין ערשטע אמת'דיגע ווערטער האט ער אנגעבינדן קאמיוניקאציע מיט א נייע מענטש און דעמאלט איז שוין שווער דאס איבערצוהאקן.
די אויספארשער מעגן לעגאל זאגן ליגענט צו מאכן א פארדעכטיגטן רעדן. צום ביישפיל אויב דער פארדעכטיגטער האט בארויבט א באנק וועט מען אים זאגן אז מען האט געטראפן זיינע פינגער אפדרוקן אויף די הענטלעך פון די טירן אפילו אויב דאס איז נישט אמת. דער כלל איז אז דער פארדעכטיגטער וועט רעאגירן צו די אינפארמאציע, ספעציעל אויב ער האט אנגעהאט הענטשעך די גאנצע צייט. ער וועט פרובירן אויפווייזן אז עס קען נישט זיין און איינמאל ער וועט אנהייבן רעדן וועגן די פארברעכן וועט געעפענט ווערן א קאמיוניקאציע צווישן אים און דער אויספארשער און פון דארט און ווייטער וועט די ארבעט גיין גרינגער. דער כלל איז אויך אז מיט'ן זאגן ליגענט וועט א פארדעכטיגטער נאך נישט מודה זיין ווען ער איז אומשולדיג ווייל דאס איז נעגאטיוו צו א גוטע קאמיוניקאציע.
די ארבעט פון אויספארשונג הייבט זיך אן בעפאר דער אויספארשער עפנט זיין מויל. דער צימער וואו מען פארשט איז ספעציעל דעזיינט צו האבן א פסכילאגישע עפעקט אויף דעם פארדעכטיגטן דורך מאכן פארלירן זיין זעלבס קאנטראל. אזא צימער איז קליין מיט א טיש און דריי בענקלעך. צוויי אפיצירן און דער פארדעכטיגטער פארנעמען די זיצן און דער פארדעכטיגטער טרעפט זיך פנים אל פנים מיט צוויי אויספארשער אין א קליינע ליידיגע צימער וועלכע האט נישט קיין שום בילד אויף די ווענט אדער דאך און גארנישט ליגט נישט אויפ'ן טיש מער ווי א פאפיר און א פעדער. דאס מאכט דעם פארדעכטיגטן זיך שפירן אומבאקוועם און אויסגעשלאסן און זיין מוח הייבט אן שפילן דעם "לאמיך ארויס פון דא" וועלכע האלט אן דורכאויס די גאנצע אויספארשונג און האט א שטארקע עפעקט.
דער פארדעכטיגטער זיצט אין א ליידיגע צימער עס זאל נישט זיין עפעס וואס קען אים אוועקנעמען דעם קאפ. ער האלט גארנישט אין זיין הענט מיט וואס ער וועט זיך קענען ארומשפילן און אפילו א לעקטער סוויטש געפינט זיך נישט דארט ער זאל זיך נישט קענען פארקלאצן דערויף. דער צימער פארמאגט אן איין זייטיגער שפיגל וועלכע איז דוכזיכטיג פון די אנדערע זייט וואו אנדערע אפיצירן זיצן צו קענען מיטהאלטן די אויספאשונג. דאס שפילט אויף דעם פארדעכטיגטנס נערוון ווען ער ווייסט אז ער ווערט געזען דורך אנדערע אבער ער קען זיי נישט זען.
אויספארשער נוצן א 9 טריט צוגאנג צו אן אויספארשונג מיט אן הקדמה. אין די הקדמה וועט דער אויספארשער שפילן ווי א העפליכער צו דעם פארדעכטיגטן און שמועסן מיט אים וועגן זיין פערזענליכן לעבן. וויבאלד מען וועט רעדן זאכן וואס האט נישט צעטאן מיט די פארברעכן וועט דער פארדעכטיגטער נארמאל רעדן ווייל זיין מוח וועט גלוסטן צו קאמיוניקירן. דער אויספארשער וועט פרובירן צו געווינען זיין צוטרוי דורך מיטשטימען צו א טייל פון זיינע מיינונגן איבער זיין פערזענליכע לעבן.
די פראגעס וועלן זיין זאכן וואס דער פארדעכטיגטער וועט דארפן נוצן זיין זכרון, קאפ, און טעאריע. דארט וועט דער צווייטער אפיציר באטראכטן די באוועגונגן פון די אויגן און דאס אראפצייכנען. ווען א מענטש פרובירט זיך עפעס דערמאנען וועט ער געווענליך דרייען זיינע אויגן צו רעכטס ווייל דער טייל פון דעם מוח וואס האלט אינפארמאציע ליגט אויף די רעכטע זייט. ווען א מענטש טראכט וועט ער קוקן ארויף אדער צו לינקס און ווען ער בויט א טעאריע וועט ער קוקן גלייך אדער פארמאכן די אויגן. די אלע סימנים זענען געבויט אויף שטודיעס און וועט אנווייזן אסאך צו די אויספארשער.
נאכ'ן פרעגן אלע פראגעס וועגן זיין פערזענליכקייט וועט מען אים אנהייבן פרעגן אינפארמאציע איבער דעם פארברעכן. יעצט אויב דער אפיציר וועט אים פרעגן וואו ער איז געווען אין דער צייט וואס דער פארברעכן איז פארגעקומען וועט מען שנעל קענען באמערקן אויב ער ענטפערט דעם אמת אדער נישט. אויב וועט ער דרייען זיינע אויגן צו רעכטס איז א צייכן אז ער פרובירט זיך דערמאנען וואו ער איז טאקע געווען אין יענע צייט און מען וועט וויסן אז ער איז ווארשיינליך טאקע נישט דארט געווען. אויב וועט ער קוקן אויף ארויף אדער צו לינקס וועט מען באלד וויסן אז ער פרובירט יעצט אויפמאכן א געשיכטע.
די אויספארשער וועלן פארגלייכן זיינע אויגן באוועגונגן אין ביידע אויספארשונגן און וועלן לויט דעם געבן אן אורטייל אויב ער איז שולדיג אדער נישט. דער אורטייל איז טאקע נאר אן אפשאצונג אבער וועט אסאך צוהעלפן דורכאויס די אויספארשונג.
די ניין טריט צוגאנג צו אן אויספארשונג
קאנפראנטאציע
דער אפיציר רעפרעזענטירט די פאקטן איבער דעם פארברעכן און אינפארמירט דעם פארדעכטיגטן די באווייזן וואס זענען פאראן אויף אים. די באווייזן קענען זיין אמת אדער אויפגעמאכט. דער אפיציר וועט דאס איבערגעבן מיט א שטייפע שטימע ווי ער וואלט געווען זיכער אז דער פארדעכטיגטער איז פארמישט אין דעם פארברעכן און דאס וועט אנצינדן א נערוועזיקייט אינעם פארדעכטיגטן. דער אויספארשער גיט דאס איבער שטייענדיג און וועט צומאל שפאצירן ארום דעם צימער און גיין נאנט צו דעם פארדעכטיגטן וואס וועט אים מאכן שפירן ווי מען אינוואדירט זיין פערזענליכע לעבן.
די ערשטע סימן אז ער איז מעגליך שולדיג איז אויב ער וועט בייסן די ליפן אדער קאמן זיין האר מיט די הענט. די ביידע זאכן צייגן אז ער איז אין א אפנארן געמיטער.
געשעענישן אנטוויקלונג
דער אפיציר וועט דאן אנהייבן פארציילן די כראנאלאגיע פון די געשעענישן ווי ווייט ער ווייסט אדער שטעלט זיך פאר און וועט פרובירן אויפכאפן ווען דער פארדעכטיגטער שטימט איין מיט די געשיכטע און ווען נישט. זיין מוח וועט אויטאמאטיש אנבינדן א געוויסע קאמיוניקאציע ווען די געשיכטע וואס ווערט יעצט פארציילט דעגרייכט א פונקט וואס שטימט מיט די פאקטן. דער אפיצירן וועט דאן פרובירן ערקלערן סיבות פארוואס דער פארדעכטיגטער איז באגאנגן דעם פארברעכן און וועט פרובירן אויפכאפן אויב ער שטימט איין מיט איינע פון די סברות. צום ביישפיל אויב האט יענער ערמארדעט א צווייטן וועט דער אפיציר פרובירן אראפמאלן דעם קרבן אלס א שולדיגער און באטראכטן דעם פארדעכטיגן אויב ער שטימט אין מיט דעם אדער נישט.
אפווארפן לייקענונגען
בטבע וועט דער פארדעכטיגטער פרובירן לייקענען די באשולדיגונגען אבער די אויספארשער וועלן אים צוריק האלטן פון דאס טאן דורך איינמעלדן אז זיי וועלן ערשט רעדן און דערנאך וועט ער קענען ענטפערן. אויב יענער איז שולדיג וועט ער זיצן שטיל דורכאויס די געשיכטע און אויב נישט וועט זיין מוח אים צווינגען צו לייקענען אפילו ער מעג נישט יעצט. דער אפיציר וועט אים שטיל מאכן אבער וועט באמערקן ווען ער וויל רעדן און וועט דאס נוצן אלס א באווייז צי ער איז שולדיג אדער נישט. דאס ארבעט אויך גוט ווען דער אפיציר בויט די געשיכטע. ווען די געשיכטע שטימט וועט יענער זיצן שטיל און שפעטער לייקענען. אויב די געשיכטע גייט אוועק פון די רעלסן וועט יענע אויטאמאטיש פרובירן לייקענען און דער אפיציר וועט וויסן וויפיל פון די געשיכטע איז אמת אדער נישט.
מיט'ן האלטן דעם פארדעכטיגטן שטיל געווינען זיי נאך א וויכטיגע זאך. דער פארדעכטיגטער האט א רעכט צו בעטן אן אדוואקאט זאל רעדן אנשטאט אים און דאס וויל מען פארמיידן פאר אלע געלטער. דערפאר וועט מען אים זאגן צו זיין שטיל און פארציילן די געשיכטע פאר זיין פנים און אויפכאפן די אלע סימנים נאך בעפאר ער האט א שאנס צו בעטן אן אדוואקאט.
איבערקומען איינווענד (אבדזשעקשנס)
ווען א געשיכטע ווערט פארציילט פאר א פארדעכטיגטן וועט יענער אסאך מאל אפווארפן די גאנצע זאך אלס עפעס וואס איז אוממעגליך ער זאל האבן געטאן. צום ביישפיל אויב יענער איז פארדעכטיגט איבער א באנק רויבעריי וועט ער מעגליך זאגן דעם אפיציר אז ער איז זייער ערליך אין געלט און עס קען נישט זיין אז ער האט געטאן אזאנס. אזא אפווענדונג וועט דער אפיציר נישט שטערן ווייל דאס קען אים צוניץ קומען קעגן דעם פארדעכטיגטן. דער אפיציר וועט שפילן ווי ער שטימט איין אז ער וואלט נישט געקענט טאן אזא זאך און שפעטער וועט ער דאס נוצן אלס א בארעכטיגונג פארוואס ער איז אומשולדיג. עס קען דאך נישט זיין אז יענער האט געטאן אזאנס און עס מוז זיין אז ער איז געווען ארויס פון קאנטראל און נישט ביים וויסן. דאס וועט שטימען מיט דעם פארדעכטיגטן ווייל אין דער צייט פון אן אויספארשונג וועט ער שוין לאנג האבן חרטה אויף זיינע פארברעכנס און ער וועט פרובירן געווינען די צוטרוי צו דעם אויספארשער אלס איינער וואס איז באמת א פיינער נאר האט זיך נישט געקענט קאנטראלירן און האט חרטה.
געווינען אויפמערקזאמקייט (איטענשן)
איינמאל דער פארדעכטיגער איז שוין גוט צעמישט וועט דער אויספארשער אנהייבן שפילן מער פריינטליך ווייל דעמאלט זענען די שאנסן גרויס אז ער וועט זיך עפענען צו קענען אויסקלארן די צעמישענישן. דער אפיציר וועט זיך דערנענטערן צו אים, רעדן מיט א שטילערע און איינגענעמע קול, און אמאל אפילו אים אנרירן אויפ'ן אקסל ווי ער וואלט אים פרובירט מחזק זיין.
דאס ברעכן פונקט
אין דער צייט וועט א פארדעכטיגטער זיך געווענליך ברעכן און אנהייבן שפירן זיין שולד. דאס וועט באמערקט ווערן אויף זיין קערפער וועלכע וועט ווערן נאכגעלאזט און זיינע אויגן וועלן קוקן אויף אראפ ווי איינער וואס שעמט זיך מיט זיינע זינד. אמאל וועט דער פארדעכטיגטער אויסברעכן אין א געוויין וואס איז נאך בעסער. דער אויספארשער וועט כאפן דעם מאמענט און אנהייבן שפילן ווי זיין פריינט וועלכע וויל אים העלפן און וועט פרובירן האלטן אן אויגן קאנטאקט ביז ער וועט ארויסגעבן דעם גאנצן אמת.
אלטערנאטיוון
אפילו ווען דער פארדעכטיגטער איז געבראכן און איז גרייט מודה צו זיין, וועט ער אבער נישט שטענדיג זיך נעמען רעדן. דער אפיציר וועט נוצן פארשידענע וועגן וויאזוי אים צו מאכן שפירן שולדיג ער זאל יא רעדן. ער וועט פרובירן בארעכטיגן די פארברעכן אלס ארויס פון קאנטראל אדער פארשטענדליך און אויב עס ארבעט נישט וועט ער פרובירן אויפברענגן דעם שולד אלס א ערנסטע פארברעכן וואס האט נישט קיין בארעכטיגונג און דער פארדעכטיגטער וועט פרובירן איבערווייזן אז ער האט יא א בארעכטיגונג.
ברענגנדיג דעם פארדעכטיגטן צו פארציילן
איינמאל דער פארדעכטיגטער איז גרייט מודה צו זיין און פארציילן דעם אמת פון די געשעענישן וועט מען דאס מאכן אלס אן אפיציעלע זאך. נאך אן אפיציר וועט אריינגערופן ווערן וואס דאס וועט הייבן די נערוועזיקייט פון דעם פארדעכטיגטן ער זאל זאגן דעם אמת און זיין פאראיבער פון די אויספארשונגן. דער אנווענזנהייט פון 3 אפיצירן וועט אויך מאכן די זאך אויסקוקן מער אפיציעל ווי דאס איז עס און מער דארף ער נישט רעדן.
די קאנפעסיע
אן הודאה דארף רעקארדירט ווערן עס זאל קענען גענוצט ווערן אין געריכט. די אפיצירן וועלן הייסן דעם פארדעכטיגטן דאס אראפשרייבן אויף א פאפיר און אונטערשרייבן אדער איבערגעבן פארנט פון א ווידעא טעיפ. דער פארדעכטיגטער וועט שוין זיין גרייט צו טאן אלעס וואס מען בעט אים ווייל ער ווייסט אז איינמאל ער איז פארטיג רעדן ווערט ער באפרייט פון די אויספארשונג.
קאנטראווערסיע
עס וועט שטענדיג בלייבן א קאנטראווערסיע איבער לאו ענפארסמענט אויספארשונגן. ווען אן אפיציר גייט אריין אין א צימער מיט א פארדעכטיגטן און פארמאכט די טיר אונטער זיך און קומט ארויס מיט א שולד וועט שטענדיג בלייבן די פראגע: וואס האט מען דארט געטאן אינעווייניג? האט מען פארלעצט יענעמ'ס רעכטן?
די פאליציי זוכן נאר צו ברענגן א שולד און וועלן טאן אלעס צו מאכן יענעם מודה זיין אויף זיינע פארברעכנס כדי זיי זאלן קענען בארעכטיגן די ארעסט און צייגן זייער גוטע ארבעט. דאס איז א קאנטראווערסיע פאר זיך אליינס ווייל אין יעדע פאל וועט די אויספארשונג זיך אנהייבן מיט'ן געדאנק אז מען זוכט יענעם צו באשולדיגן.
דערנאך איז פאראן קאנטראווערסיעס איבער דעם פסכילאגישן פראדעצור פון אן אויספארשונג. איינער וואס קען די מלאכה גוט וועט קענען מאכן א צווייטן מודה זיין אויף א פארברעכן וואס ער איז קיינמאל נישט באגאנגן. די לאו ענפארסמענט נוצן אזעלכע טאקטיקן און עס קען זיין אז דאס גייט צו ווייט וואס מיינט אז פארברעכער זענען מודה אויף זאכן וואס זיי האבן נישט געטאן.
אין די אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם איז פאראן א כלל פון "אינאסענט אנטיל פראווען גילטי" וואס טייטש אז יעדער איז אומשולדיג אזוי לאנג ווי מען האט נישט קיין קלארע באווייזן. דער קאנסטיטוציע גיט א רעכט פאר א פארברעכער צו גיין פריי אפילו ווען דער שכל קען נישט טרעפן קיין אנדערע הסבר נאר אז ער איז באגאנגן דעם פארברעכן. וויבאלד עס איז פאראן א איין פראצענט מעגליכקייט אז די געשיכטע איז געווען א צופאל קען מען יענעם נישט קלאגן אויב עס איז נישט פאראן קיין הארטע באווייזן.
מיט'ן נוצן פסכילאגישע מעטאדן צו מאכן א פארדעכטיגטן מודה זיין אויף זיינע פארברעכן איז מעגליך אז מען פארלעצט זיין רעכט פון אינאסענט אנטיל פראווען גילטי. יעדער פארשטייט אז פראווען גילטי מיינט אז עס איז פאראן גענוג שטארקע באווייזן וואס לאזט נישט איבער קיין מעגליכקייט אויף אומשולדיגקייט. נאך א שפילעריי מיט יענעמ'ס מוח וואס מאכט יענעם רעדן און מודה זיין, ווער זאגט אז דאס מיינט פראווען גילטי?
שטודיעס ווייזן אז אין אמעריקע איז פאראן יערליך צווישן 65 און 300 פארדעכטיגטע וואס זענען מודה אין פארברעכנס וואס זיי זענען קיינמאל נישט באגאנגן צוליב פארשידענע סיבות און איינע פון זיי איז צוליב די אויספארשונגן. דאס פאסירט ספעציעל מיט מענטשן וואס ליידן אויף גייסטישע פראבלעמען און קענען נישט דורכטראגן די אויספארשונגן און זענען מודה נאר צו אפלייגן די דרוק.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!