רוי:רבי אהרן בראסלעווער

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:אהרן דער רב פון ברסלב)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' אהרן איז געווען רב אין דעם שטעטל בראַסלעוו (וואס געפינט זיך היינט אין אוקראינע) אין די יארן פון ה'תקס"ב - ה'תר"ו. ער איז דערנענטערט געווארן צו ר' רבי נחמן מברסלב אין די צייטן ווען רבי נחמן האט געוואוינט אין מעדווידיווקא.

זיינע יוגנט יארן

ר' אהרן איז געווען א תלמיד אין זיין יוגנט פון דעם צדיק ר' אהרן פון טיטיוב, אן אייניקל פון בעל שם טוב, ער איז געווען זייער א חשובער יונגערמאן, און געשטאמט פון גרויסע גאונים און צדיקים, ווי עס איז צו זען אינעם ספר היחוס וואס זיין אייניקל דער טשעהרינער רב רעכנט אויס אכצן דורות ארויף וואס אלע זענען געווען רבנים און דיינים אין אידישע שטעט.

ר' אהרן האט געהאט א מומע, א שוועסטער פון זיין מאמע, אין דער שטאט מעדווידיווקא, זי איז געווען נאנט צו דעם צדיק ר' רבי נחמן מברסלב, רבי נחמן האט דאן געוואוינט אין מעדווידעווקא, איינמאל האט די מומע געמאכט א שמחה אין דער משפחה און האט געלאדנט אלע אירע משפחה מיטגלידער, זי האט אויך גערופן איר פלומעניק ר' אהרן, האט רבי נחמן צו איר געשיקט, אויב דיין פלומעניק וועט קומען צו דיר שיק אים גלייך צו מיר, גלייך ווען ער איז געקומען האט אים די מומע געזאגט גיי צו רבי נחמן, אבער ער איז געקומען פון א לאנגן וועג, ער איז אים געווען קאלט האט ער זיך געוואלט קודם אנווארעמען, אבער זי האט אים געזאגט דו מוזט שוין גיין צו דעם רבין ער וויל דיך זען, איז ער געגאנגען גלייך, ער האט נאך נישט געהאט אויסגעטון דעם שווערן פעלץ פון דעם וועג, און איז אריין צו דער שטוב פון רבי נחמן מיט זיינע ווינטערדיגע בגדים, רבי נחמן האט אים געגעבן די האנט און געזאגט, עס איז דיר קאלט, ביי מיר וועסטו זיך אן ווארימען, גלייך האט אים רבי נחמן מיט זיין גרויס חכמה געצויגן צו זיך, ר' אהרן איז זייער נתפעל געווארן פון רבי נחמן, ער האט זיך אויסגערעדט פאר אים אלץ וואס שטערט אים, און איז געצויגן געווארן צו אים ווי א מאגנעט, ער איז שוין געבליבן פאר א צייט אין מעדווידעווקא ווייל ער האט זיך נישט געקענט אפרייסן פון זיין נייעם רבין.

זיין נאנטקייט צו זיין רבין רבי נחמן

אין יענער צייט ווען ער איז געווען אין מעדווידעווקא, איז ער איינמאל געגאנגען זיך טובל'ן אין א וואסער צוזאמען מיט רבי נחמן מברסלב, ר' אהרן איז געווען א דערהויבענער איד, און האט זיך גע'טובל'ט מיט גרויסע כוונות, מיט יחודים און שמות, רבי נחמן האט דאס גלייך פארשטאנען, זאגט אים רבי נחמן, האסט זיך שיין גע'טובל'ט, וועסטו זיין נאנט צו מיר וועסטו זיך שענער קענען טובל'ן.

ווען רבי נחמן איז אריבער וואוינען קיין ברסלב, האט ער געזאגט פאר די עשירים פון שטאט וואס האבן אים גערופן, איך בין מסכים צו קומען צו אייך נאר מיטן תנאי אז איר נעמט אויף מיין אהר'לע אלס רב אין שטאט, אזוי איז טאקע געווען, ר' אהרן איז מיטגעקומען קיין ברסלב, און איז דארט פון דאן אן געווארן רב. רבי נחמן האט געזאגט נישט נאר אים דארף די ברסעלעווער אידן גיבן א יישר כח נאר אפילו פאר די פערד וואס האבן אים געברענגט קיין ברסלב דארף מען מחזיק טובה זיין.

איינמאל האט אים רבי נחמן געזאגט: איך האב דיך זייער ליב, דעריבער וואונטש איך דיר אז אויף יענער וועלט זאלסטו פארשטיין מיינע שיחות חולין, אפילו מיינע פשוטע רייד.

זיין נאנטקייט צו ר' נתן מברסלב

ר' אהרן איז געווען א נאנטער חבר און א גרויסער ידיד פון ר' רבי נתן פון ברסלב. ביידע האָבן געוואוינט אין שטאט בראַסלעוו, זיי האבן געפירט באזונדערע חבורות, ר' אהרן איז געווען דער צענטראלער רב אין שטאט, און ר' נתן האט געפירט א חבורה אין בית המדרש פון ברסלב, וואס איז געווען געבויט אויפן פלאץ וואו רבי נחמן זיי רבי האט דארט געפירט ווען ער האט געוואוינט אין ברסלב.

עס איז מערקווירדיג דאס כאטש דער זון פון ר' אהרן איז געווען פריער אן איידעם ביי ר' נתן מברסלב, און זיי האבן זיך זיך גע'גט, דאך איז די נאָענטקייט צווישן די צווי געוועזענע מחותנים געבליבן די זעלבע. ר' נתן שרייבט אין זיינע בריוון עלים לתרופה עטליכע מאל צו זיין נאנטער חבר ר' אהרן.

זיין משפחה

ר' אהרן האט איבערגעלאזט צוויי קינדער.

  1. רבי נחמן (ווארשיינדלעך האט ער אים אזוי גערופן נאך זיין רבי רבי נחמן מברסלב). רבי נחמן איז געווארן אן איידעם ביי ר' רבי נתן פון ברסלב, דעם גרויסן תלמיד פון רבי נחמן, ער האט גענומען פאר א ווייב די טאכטער פון ר' נתן, חי' צירל. אבער זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער, זיי האבן זיך גע'גט. חי' צירל האט שפעטער חתונה געהאט מיט ר' ברוך דער איידעם פון ר' נתן מברסלב.
  1. ר' צבי אריה, ער איז געווארן רב אין שטאט נאך דעם וואס זיין טאטע איז נפטר געווארן. ר' צבי אריה איז געווען א ברעסלעווער חסיד, א תלמיד פון ר' שמואל אייזיק מדאשיב דער תלמיד פון ר' רבי נחמן מברסלב.

ר' צבי אריה האט איבערגעלאזט צוויי זין, דער ערשטער איז געווען ר' ער האט איבערגענומען דאס רבנות שטעלע אין בראסלעוו נאך דעם וואס זיין טאטע ר' צבי אריה איז נפטר געווארן. דער צווייטער איז געווען דער באקאנטער גאון און בעל מחבר פון וואונדערליכע ספרים ר' נחמן דער רב פון טשעהרין.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!