רוי:אביה (מלך יהודה)
אביה, מלך יהודה | |||||||||
געבורט | לעצטע יארהונדערט פון אלף השלישי | ||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
פטירה | ב'תתקפ"ד | ||||||||
מדינה | מלכות יהודה | ||||||||
באגרעבעניש ארט | עיר דוד | ||||||||
מלכות בית דוד דינאסטיע | |||||||||
| |||||||||
ווייב | פערצן פרויען | ||||||||
|
אֲבִיָּה (אֲבִיָּם) איז געווען דער פערטער קעניג פון מלכות בית דוד און דער צווייטער קעניג פון די צעטיילטע מלכות יהודה. ער איז געווען א זון פון קעניג רחבעם און אן אייניקל פון שלמה המלך, און ער האט געקעניגט אין די יארן ב'תתקפ"ב ביז ב'תתקפ"ד.
נאמען
אין דברי הימים[1] הייסט ער אביה, און אין ספר מלכים[2] אבים. טייל געלערנטע זענען משער, אז אין ספר מלכים איז זיין נאמען געטוישט, כדי נישט צו דערמאנען ביי א זינדיגן מאן דעם נאמען פון גאט[מקור פארלאנגט].
זיין קעניגרייך
אביה איז געשטעלט געווארן אלס קרוינפרינץ דורך רחבעם, כאטש ער איז נישט געווען דער עלטסטער, וויבאלד ער איז געווען דער קינד פון זיין באליבסטע פרוי - מעכה די טאכטער פון אבשלום[3].
אין ספר מלכים ווערט דערציילט וועגן אים, אז ער איז געווען מלך אין ירושלים דריי יאר, און ער איז באגאנגען פיל זינד.
ער האט מלחמה געהאלטן מיט מלכות ישראל, אין שפיץ פון ירבעם בן נבט, און אפגעהאלטן עטליכע זיגן, אייננעמענדיג בית אל און אנדערע שטעט.
אין דברי הימים ווערט אנגעגעבן אלס קוואל פאר ידיעות וועגן אביה מלך יהודה א ספר "מדרש הנביא עדו".
אביה איז באערדיגט געווארן אין עיר דוד, און זיין זון אסא האט געקעניגט נאך אים.
דרויסנדיגע לינקס
- אליקים כרמולי, אֲבִיָּם, אין: תולדות גדולי ישראל, מיץ: אפרים הדאמר, תקפ"ח. עמ' כ
- "אֲבִיָּה", יהודה דוד אייזנשטיין (רעדאקטאר), אוצר ישראל, ניו יארק: פרדס, תשי"ב, חלק א, עמוד 37, אויף היברובוקס
רעפערענצן
מלכי יהודה וישראל | |||||
---|---|---|---|---|---|
פאראייניגטע מלכות ישראל | שאול המלך • דוד המלך • שלמה המלך | ||||
מלכי יהודה | רחבעם • אביה • אסא • יהושפט • יהורם • אחזיהו • עתליה • יהואש • אמציה • עוזיהו • יותם • אחז • חזקיהו • מנשה • אמון • יאשיהו • יהואחז • יהויקים • יהויכין • צדקיהו | ||||
מלכי ישראל | איש בושת • ירבעם בן נבט • נדב • בעשא • אלה • זמרי • תבני • עמרי • אחאב • אחזיהו • יורם • יהוא • יואחז • יואש • ירבעם בן יואש • זכריהו • שלום • מנחם • פקחיה • פקח • הושע | ||||
בית חשמונאי |
| ||||
מלכי בית הורדוס | הורדוס • ארכעלאאס • הורדוס אנטיפס • פיליפוס • אגריפס דער ערשטער • אגריפס דער צווייטער |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!