רוי:אבא סיקרא
אבא סיקרא איז דער נאמען פון א אידישן העלד אין דער צייט פון חורבן פון צווייטן בית המקדש. אין דער גמרא (גטין נ"ו) ווערט דערציילט, אז ער איז געווען דער שוועסטערן־זון פון רבן יוחנן בן זכאי, און ער איז געווען דער "ריש בריוני", דער פירער פון די קעמפער קעגן דער רוימישער הערשאפט. לויט זיין עצה האט רבי יוחנן פארלאזט ירושלים ווען די שטאט איז שוין געווען באלאגערט דורך דעם רוימישן מיליטער. טייל ווילן האבן, אז "אבא סיקרא" איז נישט קיין פּריוואט־נאמען, נאר דאס איז דער טייטש "דער פירער פון די סיקאריער", און "סיקרים" האבן דעמאלט געהייסן די קעמפער, וועלכע האבן געטראגן קורצע שווערדן. אין מדרש איכה ווערט ער אָנגערופן "בן בטיח".
ביבליאגראפיע: "ערך מילין" פון ראפאפארט אין די יודישע ענציקלאפעדיעס.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!