רוי:אבא בר אבא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אבא בר אבא

אבא בר אבא איז געווען אן אמורא, דער פאטער פון בארימטן אמורא אין בבל, שמואל; הייסט דאריבער אין דער גמרא אויך "אבוה דשמואל" ("דער פאָטער פון שמואל"); ער האָט געוואוינט אין דער שטאָט נהרדעא, און איז געווען א רייכער מאן און א גבאי צדקה וואס מען האט געהאלטן ביי אים געלט פון יתומים ער זאל זיי היטן[1].

די גמרא דערציילט פון אים א סך מעשיות וועגן זיין טיילן צדקה צו אָרימעלייט. עס ווערט דערציילט אז איינמאָל האָט ער געשיקט זיין זון שמואל מיט א נדבה אָפּצוטראָגע צו אן אָרימער פאמיליע; שמואל האָט געטראָפן די פאמיליע-מענשן ווי זיי האָבן געגעסן פלייש און געטרונקען וויין. ער איז צוריקגעקומען און עס דערציילט דעם פאָטער און דערביי באמערקט, אז דער דאָזיקער פאמיליע דארף מען דעריבער ניט געבן קיין נדבות. דערויף האָט אים זיין פאָטער געזאָגט: אז אויב זיי זענען געוואוינט צו אזעלכע טייערע מאכלים, דארף מען זיי געבן נאָך גרעסערע נדבות[2].

אבא בר אבא איז אויף א געוויסער צייט אוועק קיין ארץ-ישראל, ער פלעגט אויך מאכן רייזעס אין די ווייטע לענדער פון "יענע זייט ים" ("מדינות הים"). אין שפּעטערדיקע קוועלען[3] ווערט דערציילט פאָלגענדע לעגענדע: אבא בר אבא איז אמאָל געווען אין די ווייטע לענדער, האָט ער געטראָפן א כשוף-מאכערין, וועלכע האָט אים פאָרגעלייגט צו לעבן מיט איר, ווייל זי האָט געזען מיט כשוף, אז פון אבא בר אבא דארף יענע נאכט ארויסקומען א גרויסער מאן. ווי אבא האָט דאָס דערהערט, האָט ער געזאָגט א שם המפורש, און איז אין אייגנבליק געווען ביי זיך אין נהרדעא, און האָט געלעבט מיט זיין אייגן ווייב, און זי איז מעוברת געוואָרן און האָט אים געבוירן דעם זון שמואל. זי האט נאכדעם געהאט א קינד שמואל דער גרויסער אמורא א תלמיד פון רבינו הקדוש דער מחבר פון משניות. נאך א תקופה איז אבא בר אבא צוריקגעקומען אין שטאט און ריינגעוואשן דעם נאמען פון זיין פרוי. דעריבער רופט מען אים אבוה דשמואל מען זאל וויסן ער איז דער אמת'ער טאטע פון שמואל.

פון אבא בר אבא זענען פאראן פיל הלכות און אגדות, ער איז געשטאָרבן א קורצע צייט פאר זיין זון שמואל.

אין ירושלמי שטייט אז אבא׳ס טאטע האט אויך געהייסן אבא[4].

ער ווערט נאך גערעכנט צווישן די לעצטע תנאים, אין תלמוד בבלי ווערט פארציילט ווי ער האט זיך געפירט לפנים משורת הדין, דער מלאך המות האט זיך באוויזן פאר אים[5]. ער האט באקומען א ברכה פון רבי יהודה בן בתירא ער זאל האבן א זון וואס זאל זיין אזוי ווי דער נביא שמואל[6].

רעפערענצן

  1. מסכת ברכות דף י"ח
  2. ירושלמי פאה פּ"ח
  3. "הלכות גדולות" צום סוף פון הלכות גטין, געבראכט אין תוספות קדושין ע"ג
  4. מסכת פסחים פרק ה הלכה ב
  5. עבודה זרה ד"כ ע"ב
  6. ילקוט שמעוני, שמואל רמז ק׳
Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!