פארטל:המכלול נייעס/ימים נוראים תשפ"ד

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מוסטער-רעדאגירער סקרינשאט
מוסטער-רעדאגירער פארבעסערונגען, תשרי תשפ"ד.

נייעסלעך אויפן זייטל פון דורכאויס די ימים נוראים פון ה'תשפ"ד (פון ארום כ"ה אלול תשפ"ג).

  • 250 המכלול ארטיקלען דערגרייכט
  • 10 אבן הפינה ארטיקלען דערגרייכט
  • אויסגעארבעט פראצעדור און ארט פאר "איבערגעשריבענע ארטיקלען"
  • ווייטערפירן ווערן שוין ארויפגעברענגט אלס פארשלאגן אין זוכעניש-קעסטל (צום ביישפיל: "תפילת" וועט פארשלאגן תפילת רבי אלעזר בן ערך)
  • פארשידענע פארבעסערונגען אין מוסטער-רעדאגירער, אריינגערעכנט: ווען מען שטעלט אריין א מוסטער אינערהאלב א הערה ווייסט עס וועלכע פון די מוסטערן צו באארבעטן; דרוקן Enter וועט טון דאס וואס וואלט געברויכט א קוועטש מיטן מייזל אויפן OK קנעפל; צוגעקומען "אלס הערה" און "אלס ליסטע" אפציעס (אין בילד)
  • א נייער מעסטער איז צוגעקומען צו די געזוכטע בלעטער און וויכטיגע געזוכטע בלעטער ליסטעס - וויפיל דער ארטיקל איז געזען געווארן, ביי אונז און אויף המכלול העברי
  • א טשאטשקע איז צוגעלייגט געווארן, צו זוכן אינערהאלב המכלול דורך גוגל
  • געשאפן באניצער קעסטל (צוזאמען מיט סקריפט), וועלכע צייגט וויפיל דאנקען דער באניצער האט שוין באקומען
  • א טשאטשקע איז צוגעלייגט געווארן, וואס ברענגט רעזולטאטן פון המכלול העברי ווען לאקאלע זוכעניש האט נישט געטראפן אזויפיל וויפיל איר ווילט (לויט ווי אנגעשטעלט אין אייערע פרעפערענצן), אדער ווען איר קומט אן צו אן אומעקזיסטירנדן בלאט
  • פארשידענע אפטימיזאציעס מיט טשאטשקעס און אלגעמיינע סקריפטס - בלעטער לאודן זיך יעצט קענטבאר שנעלער
(דאס איז דער אנהייב פון א לענגערע פראיעקט צו פארשנעלערן דעם זייטל, ועוד היד נטויה בעז"ה)