המכלול:ביבליאגראפיע
ביבליאגראפיע איז גאר וויכטיג פאר יעדן ארטיקל אין המכלול, צוליב צוויי סיבות:
ערשטנס, כדי נאכצוקומען איינע פון אירע גרונדפרינציפן, וואס לויטעט אז יעדע זאך דערמאנט דערין מוז קענען ווערן פעסטגעשטעלט - עפעס וואס איז באזונדער וויכטיג אין האקעלע טעמעס, ווי ביאגראפיעס איבער לעבעדיגע מענטשן. צווייטנס, כדי צוצושטעלן מראי מקומות פארן ליינער, פון וואו ער וועט זיך קענען ערגענצן און פארברייטערן אינעם טעמע פון אן ארטיקל. די ארטיקלען פארציילן בלויז איבער די פונדאמענטאלע פאקטן און געדאנקען פון אן ענין; דאס איבריגע קען דער ליינער אליין נאכגיין אין די קוועלער צוגעצייכנט.
כדי צו געבן המכלול אן איינהייטליכן אויסזען, זענען פארהאן כללים וואו און ווי אזוי צו פארצייכענען ביבליאגראפישע מקורות, געוואנדן לויט זייער נאטור און שייכות צום אינהאלט פונעם ארטיקל, ווי פאלגנד אויסגעשמועסט.
די ערטער וואו די מקורות ווערן צוגעצייכנט
מקורות ווערן צוגעצייכנט אויף דריי פלעצער, לויט זייער צוועק: אינעם אפטיילונג רעפערענצן, אינעם אפטיילונג צו ליינען מער, און אינעם אפטיילונג דרויסנדיגע לינקס.
דאס פלאץ | די אייגנשאפט פון מקור, און די שייכות צום טעמע | דער וועג עס צו טון |
---|---|---|
הערות - רעפערענצן | ווען אין עצם ארטיקל ווערט ציטירט א געוויסער מקור (דירעקט אדער אומדירעקט), אדער ווען עס פארלאנגט זיך א מקור פאר א ספעציפישע באהויפטונג | מען צייכנט עס אן דורך {{הערה}} און עס ערשיינט אינעם אפטיילונג 'רעפערענצן' |
צו ליינען מער | א כלליות'דיגע מקור וואס א גרויס טייל פון די ארטיקל איז געשריבן געווארן באזירט דערויף, אדער אלגעמיינע מקורות וואס פארברייטערן איבער די טעמע מער ווי אן ענציקלאפעדישע תמצית | מען דערמאנט עס אין אפטיילונג 'צו ליינען מער', וואס פאלגט נאך דעם ארטיקל |
מקורות | בלויז אן אפציע. די אקאדעמישע און תורה'דיגע קוועלער אויף וואס די אינפארמאציע אינעם ארטיקל איז געבויט. אין "צו ליינען מער" לייגט מען קוועלער וואס זענען געאייגנט אויך פאר דעם ווייניגער געלערנטן ליינער; און אין מקורות די שווערערע | מען דערמאנט עס אין אן אפטיילונג 'מקורות', וואס פאלגט נאך דעם ארטיקל |
דרויסנדיגע לינקס | אנדערע לינקס צום געוועב וואס האבן א שייכות צו דעם נושא פונעם ארטיקל, א שטייגער ווי זיין אפיציעלע וועבזייטל | מען דערמאנט עס אינעם אפטיילונג 'דרויסנדיגע לינקס' |
די אלגעמיינע געבוי פון די ביבליאגראפיע אין המכלול
אין המכלול, ווי אין יעדע אנדערע חיבור, זענען פארהאן כללים ווי אזוי צו פארצייכענען מקורות אויף אן איינהייטליכן פארמאט. אין אלגעמיין, וועט דער ציטאט געשריבן ווערן אין די שפראך אין וועלכע מען קען ערהאלטן דעם מקור; אין ענגליש, אידיש אדער עברית.
ווען מען צייכנט צו צו א בוך אדער א ספר, דארף ווערן צוגעשטעלט פיר שטיקלעך אינפארמאציע: נאמען פון שרייבער, נאמען פון בוך (אין באָלד), ארט געדרוקט און יאר געדרוקט. צום ביישפיל:
- אליהו ליפינער, אידעאלאגיע פון יידישן אלף בית חלק א, ייווא, תשכ"ז.
ווען מען צייכנט צו צו אן ארטיקל אין א זשורנאל, צייטשריפט, ענציקלאפעדיע אדער סיי וועלכע מקור וואו עטליכע מחברים שרייבן אריין אין איין באנד, זאל ווערן צוגעלייגט דעם נאמען פון די ארטיקל אין גענזן-פיסלעך, און צוענדיגן מיט די בלאט נומערן. צום ביישפיל:
- אברהם יצחק לעוו, "די לעצטע מאָהיקאַנער", סאָקאָלער יזכור־בוך, ניו-יארק תשכ"ב, זייטן 566-582.
פאר אן ארטיקל אויפן געוועב שרייבט מען די נאמען פון שרייבער, נאמען פון ארטיקל (מיט א לינק צו ארטיקל), נאמען פונעם וועבזייטל און דאטום פובליצירט. ביישפיל:
- זלמן ברוך מלמד, "הלוח העברי" אויפן "ישיבה" וועבזייטל, ניסן תשס"ג.
אויב דינט דער מקור צו צוצייכענען איין נקודה אינערהאלב א לענגערע ארטיקל, זאל מען שרייבן דעם ספעציפישן מראה מקום אינעם בוך/ארטיקל זעלבסט. מען זאל אלעמאל שרייבן די בלאט נומער (צב"ש: "זייט 365", "דף כח עמוד ג"), און נישט די קאפיטל אדער אינערליכע צוטיילונג פונעם ווערק. ביישפילן:
- זאב וילנאי, מדריך ארץ ישראל, ירושלים, תש"ו, זייט 111.
- הרב אברהם קוסמן, "מהצהרת כורש ועד יהודה המכבי", קולמוס 94 (טבת תשע"א), זייט 6.
דאקעגן, ווען דער גאנצער צוגעצייכנטער בוך אדער ארטיקל באנעמט זיך בעיקר מיט אט די נקודה צו וואס מען ברענגט די מקור, זאל מען אויסלאזן די אינערליכע מראי מקומות נאר צוצייכענען דעם גאנצן בוך אדער שפּאַן פון בלעטער פונעם ארטיקל. ביישפילן:
- "לויט דער חזון איש, איז דער אידישער קו התאריך 90 מעלות פון ירושלים", (רבי אברהם ישעיה קארעליץ, קונטרס ח"י שעות, ירושלים, תש"ג).
- "עס זענען דא וואס זאגן אז די ווערטער פון די ראשונים איז געבויט אויף די וויסנשאפט פון זייער צייט, און קען גענוצט ווערן אויף די היינטיגע מאפעס" (הרב דוד יצחקי, "סיכומים והערות בקו התאריך", אור ישראל נח, מאנסי תש"ע, זייטן רכא–רלז).
אין דער פראפעסיאנעלער וועלט זענען פארהאן עטליכע נארמעס וויאזוי אויסצושטעלן די טיילן פון א ציטאט. מען קען ניצן וועלכן מען וויל, ווילאנג עס איז גענוג קלאר פארן היימישן ליינער, און מען מאכט זיכער אז לפחות אין יעדע ארטיקל פאר זיך ווערט נאר איין מהלך גענוצט.
עס זענען פארהאן מוסטערן וואס קען באניצט ווערן פאר איינהייטליכקייט פון מקורות; צו צוצייכענען א בוך נוצט {{צ-בוך}}, און צו צוצייכענען אן ארטיקל אין א זשורנאל נוצט {{צ-זשורנאל}}.
שטעלט אריין אין די קאפיטלען "צו ליינען מער" און "מקורות", די עיקר מקורות און קוועלער אויף וואס די ארטיקל איז געבויט. צו יעדן מקור שטעל צו אן אייגנארטיגן {{אנקער}}. דערנאך, ביים רעפערירן צו די דאזיגע מקורות אין די רעפערענצן דורכאויס די ארטיקל, נוצט א פארקערצערטע ווערסיע פון די ביבליאגראפיע (אינאיינעם מיט אינערליכע מראי מקומות). פאר אלגעמיינע מקורות זאל דער קיצור זיין די לעצטע נאמען פונעם שרייבער; און אויב איז דא עטליכע ווערק פון איין שרייבער זאל מען צו לייגן דעם דאטום. פאר תורה'דיגע מקורות זאל דער קיצור זיין די לשון קודש'דיגע נאמען. צום ביישפיל, אין "צו ליינען מער" וועט שטיין:
{{אנקער|גולד|א. י. גולדראט, "מיעוט דמות של ספרים – על מפרשי השולחן ערוך", '''תגים''' ג-ד, ירושלים, תשל"ב, זייטן 18–47}}
← א. י. גולדראט, "מיעוט דמות של ספרים – על מפרשי השולחן ערוך", תגים ג-ד, ירושלים, תשל"ב, זייטן 18–47{{אנקער|קטינ|רבי יעקב קטינא, '''רחמי האב''', ירושלים, תשל"ב}}
← רבי יעקב קטינא, רחמי האב, ירושלים, תשל"ב.
און אין די רעפערענצן (פרובירט אויס דעם לינק):
- [[#גולד|גולדראט, תשל"ב]], זייט 22 ← גולדראט, תשל"ב, זייט 22.
- [[#קטינ|רחמי האב]], זייט כה ← רחמי האב, זייט כה.
אויב צייכנט מען צו עטליכע מאל צום זעלבן מקור, קען מען דאפלען די ציטאט מיטן "שם" פאראמעטער אין די {{הערה}} מוסטער. אויב איז עס נישט גענוי די זעלבע קען מען צו שטעלן אלע רעפערענצן צום זעלבן מקור איינס אונטערן אנדערן, דורך דעם "דארט" פאראמעטער צום הערה מוסטער.
ווי אזוי מען פארצייכנט די טיילן פון א ציטאט
- אין בּאָלד: אין אלגעמיין שרייבט אין באלד דער טייל, מיט וואס מען קען די גרינגסטע טרעפן די קוואל. דערפאר, טראץ וואס מיר ווילן זיך צומאל באציען דוקא צו א געוויסן ארטיקל אין א צייטשריפט, וועט אבער דער נאמען פון צייטשריפט זיין אין באלד, נישט דער נאמען פון ארטיקל, ווייל מיט דעם נאמען פונעם צייטשריפט טרעפט מען עס גרינגער; דער נאמען פון ארטיקל לייגט מען אין גענזן-פיסלעך. ביים צוצייכענען צו א מקור אויפן געוועב מאכט מען גארנישט באלד.
- דרויסנדיגע לינק: אויב איז דער מקור צום באקומען אויפן געוועב, זאל דער נאמען פון ספר/בוך אנטהאלטן דעם לינק. אויב איז עס אן ארטיקל אין א צייטשריפט/זשורנאל וכדומה, זאל דער לינק ליגן אינעם נאמען פונעם ארטיקל, וואס איז אין די גענזן-פיסלעך. ביים צוצייכענען צו א וועבזייטל, זאל דער לינק זיין אין די קעפל פונעם ארטיקל. נאכן צוצייכנען דעם מקור מיטן לינק, זאל מען שרייבט אויף וועלכן וועבזייטל עס געפונט זיך. נוצט די מוסטערן {{אוצר החכמה}} און {{היברובוקס}} צו שאפן לינקס פאר ספרי קודש.
- אינערליכע לינק: אויב איז די שרייבער, חיבור אדער ארויסגעבער גענוג באקאנט, זאל זאל נאמען זיין אן אינערליכע לינק צו די ארטיקל איבער עס. די שטאט און יאר געדרוקט זאל נישט זיין קיין אינערליכע לינק. אויב האט מען אן אויסוואל צווישן אן אינערליכע לינק איבער אן חיבור און א דרויסנדיגע, זאל מען געבן זכות קדימה פאר די אינערליכע, און לייגן די דרויסנדיגע אין די ארטיקל איבערן חיבור, אין "דרויסנדיגע לינקס" אפטיילונג.
- נאמען פון שרייבער: ווען דער שרייבער איז אומבאקאנט, שרייבט מען גארנישט אדער "אומבאקאנטער שרייבער". ווען ער איז באקאנט און דער מקור איז א אידישער מקור, זאל מען שרייבן צוערשט זיין ערשטן נאמען און נאכדעם זיין לעצטע נאמען. ווען עס זענען דא עטליכע מחברים, זאל מען ביז דריי שרייבן אלע, פון דארט און העכער זאל מען שרייבן דער ערשטער, און דערנאך: "און אנדערע". מען דארף געדענקען אז אויך א קערפערשאפט, קהילה און גרופע קען זיין א "מחבר", און מען זאל עס שרייבן אין די זעלבע נוסח מיט וואס די מחברים רופן זיך, (צב"ש: "תלמידי וחסידי סאטמאר").
- נאמען פון ארטיקל: דער קעפל פון די ארטיקל וואס ערשיינט אויפן ערשטן בלאט פון די ארטיקל. (און נישט וואס ערשיינט אין די תוכן הענינים, דעקל פון די צייטשריפט אד"ג, וואס איז טייל מאל אנדערש). אויב איז עס נישט באלד, זאל מען עס לייגן אין ציטאטן.
- נאמען פון ספר: דער קעפל פון דער ספר. אויב איז דא עטליכע וואריאציעס אדער אפציעס, מאכט עס די גרינגסטע פארן ליינער צו טרעפן. אויב איז דא עטליכע חלקים, דארף מען שרייבן וועלכע חלק עס איז. דאס קען זיין די באנד נומער, אות, נאמען פון מסכתא, חלק אין שו"ע, אדער וויאזוי נאר דער מחבר האט אויסגעקליבן די באצייכענען די טיילן פון זיין חיבור. דער נומער/נאמען פון די באנד קומט נישט אין באלד.
- ארט געדרוקט: דאס קען זיין די שטאט אין וועלכע עס איז געווארן געדרוקט אדער דער דרוקער/ארויסגעבער, אדער ביידע. פון די ארויסגעבער'ס נאמען איז איינגעפירט אויסצולאזן די ווערטער "הוצאה לאור", "publishing company", וכדומה, אפילו עס איז טייל פון זייער אפיציעלע נאמען. אויב די נאמען פון ארויסגעבער אדער צייטשריפט האט אין זיך די נאמען פון זיין שטאט, שרייבט מען נישט די שטאט.
- נאמען פון צייטשריפט: כאטש וואס אין פראפעסיאנעלע שרייבעריי איז אנגענומען צו פארצייכענען נעמען פון צייטשריפטן אין ראשי תיבות, דארף מען געדענקען אז המכלול איז געאייגנט אויך פאר פשוטע מענטשן, און מען זאל ארויסשרייבן די גאנצע נאמען קלאר. צום ביישפיל: מען זאל נישט שרייבן JNES, נאר ארויסשרייבן Journal Of Near Eastern Studies.
אויך קען מען צולייגן:
- רעדאקטאר/איבערזעצער: אין די פראפעסיאנעלע וועלט צייכנט מען צו אויך די נאמען פון די רעדאקטאר פון די צייטשריפט/זשורנאל וואו אן ארטיקל ערשיינט. דאס לייגט מען געווענליך צווישן די נאמען פון די ארטיקל און די נאמען פון די זשורנאל, וואן אין קלאמערן שטייט (רעדאקטאר). צום ביישפיל:
- יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט
- טייל מאל וועט מען אויך שרייבן די נאמען פונעם איבערזעצער פון א ווערק אין א פרעמדע שפראך. דאס זאל מען שרייבן ווי א צווייטע מחבר, ווען אין קלאמערן שטייט (איבערזעצער). צום ביישפיל:
- יוסף בן מתתיהו, שמואל חגי (איבערזעצער), מלחמות היהודים, ירושלים, תשכ"ד.
- ISBN: מעדיעוויקי דערקענט די בוכשטאבן ISBN וואס ווערן נאכגעפאלגט מיט 10 צי 13 ציפערן, און מאכט דערפון א לינק.
- PMID: ארטיקלען וואס ערשיינען אין די PubMed זייטל איז ראטזאם אויך אהין צו לינקען דורך שרייבן: PMID ######, ווען ###### איז דער נומער פון די ארטיקל וואס ערשיינט אונטן אויפן בלאט אין די PubMed וועבזייטל.
ספרי יסוד
ספרי יסוד שרייבט מען נישט ווי געווענליכע מקורות, נאר לויט ווי עס איז אנגענומען אין ספרים. אין המכלול זאל מען אויך אלעס קלאר ארויס שרייבן, אן קיצורים און ראשי תיבות. באטראכט די אויסשטעל אין אינערליכע און דרויסנדיגע לינקס אין די פאלגענדע ביישפילן:
- ויקרא ג, יג
- משנה, עבודה זרה ד, ה
- ברכות ח, א
- תלמוד ירושלמי, מסכת שבת, פרק כ', הלכה ב'
- משנה תורה לרמב"ם, הלכות ברכות, פרק ג', הלכה ב'
- שולחן ערוך, אורח חיים, סימן רנ"ג, סעיף ה'
די דאזיגע ביישפילן זענען גרינגערהייט אהערגעשטעלט געווארן מיט די מוסטערן {{תנ"ך}}, {{משנה}}, {{בבלי}}, {{ירושלמי}}, {{רמב"ם}} און {{שלחן ערוך}}, און ענליכע מוסטערן זענען פארהאן פאר נאך עטליכע ספרי קודש, וואס ערלויבן גרינג שרייבן א מקור ווי עס דארף צו זיין, און טוען גלייכצייטיג שאפן א לינק דירעקט צום מקור אינעם שיתופתא וועבזייטל. זעט קאטעגאריע פון מוסטערן פאר א ליסטע. פאראמעטערן אין אזעלכע מוסטערן ווי {{תנ"ך}} און {{בבלי}} ערלויבן אויך צו רעפערירן צו די יסודות'דיגע מפרשים.
די אויבנדערמאנטע כללים פאר תנ"ך, משניות, גמרא, רמב"ם און שו"ע, זענען געזאגט געווארן אין אלגעמיין, און בעיקר ווען מען ברענגט אראפ א נקודה צוויי פון דארט. אין תורה'דיגע ארטיקלען דארף מען צומאל שרייבן אנדערש, לפי הענין. די מוסטערן געאייגנט דערפאר לאזן זיך גרינג מאדעפיצירן, ווי ערקלערט אין זייערע דאקומענטאציעס.
די זעלבע איז אויך נוגע, להבדיל, ביי קלאסישע אלגעמיינע מקורות. צום ביישפיל:
כמו ספרי יסוד
אסאך ספרי קודש שטייען ביים גרעניץ צווישן סתם ספרים און ספרי יסוד. דאס מיינט, זיי זענען גאר באקאנט און אסאך געדרוקט געווארן, אבער נישט ממש ספרי יסוד. מען קען דאס שרייבן סיי ווי סתם א ספר, אויסקלויבנדיג איין דרוק צו וואס מען וועט צוצייכענען אינערליכע מראי מקומות – געווענליך דער ערשטער אדער פראמינענטסטער דרוק, אבער מעגליך אויך דער גרינגסטער נאכצוקוקן.
מען קען זיך אויך באציען צו זיי ווי ספרי יסוד, און צוצייכענען אזוי ווי עס איז אנגענומען אין די תורה'דיגע וועלט, אבער מען דארף אלעס ארויסשרייבן אן קיצורים און ראשי תיבות. פירושים אויף ספרי יסוד זאל מען שרייבן ענליך צו וואס די אויבנדערמאנטע מוסטערן טוען מיט רש"י און תוספות, מיט די אינערליכע לינק. מען זאל נוצן די מוסטערן (וואס שאפן אויך א דרויסנדיגע לינק צו שיתופתא) נאר אויב דער מפרש געפינט זיך אויף די שיתופתא וועבזייטל אויפן ארט. דאס הייסט, מען זאל שרייבן: "מגן אברהם על שולחן ערוך, אורח חיים, סימן רנ"ג, סעיף ב'", אבער נישט: "ראש יוסף על שבת קמ, א", נאר: "ראש יוסף על מסכת שבת, דף קמ עמוד ב".
מען קען אויך נעמען א מיטל וועג, שרייבן די נאמען פון די מחבר אין אנהייב און די נאמען פון די ספר אין באלד אזוי ביי סתם ספרים, אבער נישט שרייבן די פלאץ און יאר געדרוקט און בלאט נומערן, נאר פארצייכענען די אינערליכע מראי מקומות מיט די אינערליכע צעטיילונג פונעם ספר; ווי פאלגענד: "רבי יואל סירקיש, בית חדש, אורח חיים סימן שכה אות ג".
הכל לפי הענין, מען זאל אבער האלטן יעדער ארטיקל פאר זיך איינהייטליך.
קוועלער קוואליטעט
נישט אלע קוועלער האבן דאס זעלבע קוואליטעט. פאלגנד איז א ליסטע פון פארשידענע סארט קוועלער, אויף א סדר וואס גייט פון בעסטע צו שוואכסטע:
- א בוך ארויסגעגעבן דורך אן אנערקענטער פארשער, וואס דינט עמטליך אין א באקאנטע אקאדעמישע אינסטיטוציע. אזוי אויך אן ארטיקל וואס איז ערשינען אין אן אקאדעמישן זשורנאל, אדער פארעפענטליכט דורכן פארשער אויף א פארנעם אז עס איז אפן פאר ציבור (און נישט בעל פה).
- א בוך אדער פובליקאציע וואס איז געשריבן דורך איינער מיט א הויכער טיטל אין זיין תחום, אבער אן אקאדעמישע שטאנד.
- א בוך געשריבן דורך א צייטונג שרייבער, אדער איינער אן קיין דאקטער טיטל אין דער געביט.
- אויטאביאגראפיעס און זכרונות.
- ביכער געשריבן איידער די וויסנשאפט איז אנטוויקלט געווארן אלס פארשערישע געביטן. צום ביישפיל: אריסטו'ס ווערק.
- צייטונגען און בלאגס: אזעלכע קוועלער זענען גוט פאר לעצטיגע געשענישן וואס זענען נאכנישט באשריבן געווארן אין אקאדעמישע שרייבווערק.
באהויפטונגען פון א ניק אויף א פארום טראגן נישט קיין שום ווערד, און איז נישט פאררעכנט אלס א מקור. ד.מ. אז מען קען נישט באריכטן היימישע נייעס באזירט אויף שמועסערייען אויף אייוועלט. מען זאל ענדערש נאכקוקן דעם עצם מקור, ווי איידער ברענגען א באריכט וואס פארציילט דערוועגן.
- א רעפערענץ צו א שטודיע זעלבסט, איז בעסער ווי א באריכט אין די נייעס.
- א רעפערענץ צו אן אורטייל, איז בעסער ווי א באריכט דערוועגן אין די נייעס.
אין די קאפיטלען "צו ליינען מער" און "דרויסנדיגע לינקס" איז יא ראטזאם צו ברענגען אויך א באריכט אין א צייטונג, צו פארגרינגערן פארן ליינער.
די קוואליטעט פון די מקורות איז נישט נוגע ווען מען רעפערירט צום זאך אליין. צום ביישפיל: אויב מען שרייבט אז א זינגער האט ארויסגעבן א סינגל, קען א לינק צו דעם סינגל דינען אלס קראנטער מקור, כאטש וואס דער סינגל איז היבש א שוואכער מקור לגבי דעם תוכן דערפון.
מקורות וואס דער שרייבער האט נישט נאכגעקוקט
א רעדאקטאר וואס ברענגט אראפ א מקור צו א זאך, דערקלערט דערמיט אז ער האט עס נאכגעקוקט, און ער קען באשטעטיגן אז דארט שטייט טאקע דאס וואס ער ברענגט נאך. אויב שטעלט זיך ארויס אנדערש, וועט דער מקור געשטעלט ווערן אין א באהאלטענע באמערקונג אין די טעקסט, און לויט'ן שיקול הדעת קען אויך צוגעלייגט ווערן צום דערקלערונג א פאָדערונג פאר א מקור. דאס גילט אויך ווען מען זעצט איבער פון המכלול העברי אדער פון אנדערע וויקיפעדיעס.