המכלול:לעצטע ענדערונגען בלאט

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון המכלול:דף השינויים האחרונים)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער ציל פונעם לעצטע ענדערונגען בלאט איז צו ערמעגליכן דאס נאכפאלגן נאך די לעצטיגע אקטיוויטעטן אין אלע בלעטער פון המכלול, מיט'ן ציל צו הייבן דאס איבערקוקן און איבערגיין די ענדערונגען אויסגעפירט אינעם פראיעקט. דער בלאט דינט אויך צו נאכקוקן וואנדאליזם.

דער ליסטע

ביי דיפאלט ווערן געוויזן די לעצטע 50 ענדערונגען, וואס פאר יעדע פון זיי ווערט געוויזן די פאלגנדע איינצלהייטן:

  1. חילוק: א לינק צו פארגלייכן דעם יעצטיגן בלאט איר פריערדיגן ווערסיע (ארבעט נישט פאר ספעציעלע פעולות און ביי נייע בלעטער).
  2. היסטאריע: א לינק צום פריערדיגע ווערסיעס בלאט פונעם געענדערטן בלאט.
  3. סטאטוס צייכנס (ק=קלענערע רעדאגירונג, נ=נייע בלאט, ב=רעדאגירונג אויסגעפירט דורך א באט, !=רעדאגירונג וואס איז נאכנישט באקוקט[1], OOjs UI icon clock.svg=צייטווייליג נאכגעפאלגטע בלאט) – צייגט נישט אייביג.
  4. א לינק צום געענדערטן בלאט.
  5. צייט פון רעדאגירונג.
  6. צאל בֵּייטס צוגעלייגט/אראפגענומען פונעם בלאט. ביים שוועבן דערויף קומט ארויף א טולטיפּ מיט'ן סך-הכל פון בייטס.
  7. באניצער וואס האט אויסגעפירט די רעדאגירונג און א לינק צו זיין באניצער בלאט, זיין שמועס בלאט און ביישטייערונגען ליסטע. פאר איינגעשריבענע באניצער וועט זיין באניצער-נאמען צייגן; ביי (אנאנימע באניצער) וועט געצייגט ווערן זיין IP אדרעס.
  8. רעדאגירן באמערקונג באצייכנט דורכ'ן רעדאגירער.

אויך קומען ארויף אויף דעם בלאט אלע לאגירטע פעולות דורכאויס די צייט אנגעשטעלט צו ארויפקומען.

ראזע קאלירטע ענדערונגען באצייכענען ענדערונגען אידענטעפיצירט דורכ'ן וואנדאליזם פילטער.

פילטערן דעם ליסטע

עס זענען דא פילע אפציעס צו טוישן דעם ליסטע (אויסער די וואס ווערן אויסגערעכנט אין הילף פאר פרעפערענצן):

  1. צייגן/באהאלטן קלענערע רעדאגירונגען. מען קען באצייכענען א רעדאגירונג אלץ "קלענערע טויש" דורכ'ן צייכענען דעם פאסיגן קעסטל וואס איז העכער דעם קנעפל "פובליצירט". מען דארף דאס באצייכענען ווען עס רעדט זיך פון א רעלאטיוו-קלענערע טויש, ווי טייפא פאררעכטיגונגען און ביי אויסשטעל טויש.
  2. צייגן/באהאלטן ענדערונגען אויסגעפירט דורך באטס. באטס זענען "ראבאטישע באניצער", ד.ה. פראגראמען וואס זענען אָנגעשטעלט דורך פאקטישע באניצער, וואס זייער ציל איז צו אויספירן מאסן-טוישונגען און פילע בלעטער (למשל טוישן יעדעס מאל עס שטייט "זונטיק" צו "זונטאג"). די מעגליכקייט איז געשטעלט צו פארמיידן אן איבערפלוס אין די לעצטע ענדערונגען ליסטע פון די ענדערונגען אויסגעפירט דורך די באטס. א ליסטע פון באניצער באצייכנט אלץ באט קען מען זען דא.
  3. צייגן/באהאלטן איינגעשריבענע באניצער. די "באהאלטן איינגעשריבענע באניצער" אפציע איז בעיקר געאייגנט צו נאכקוקן וואנדאליזם פון אנאנימע באניצער.
  4. "הצג שינויים חדשים החל מ-" ערמעגליכט צו ריפרעשן און ווייזן די ענדערונגען אויסגעפירט פון ווען די ליסטע איז לעצט געווארן געאפדעיט.
  5. טוישן די צאל ענדערונגען געוויזן אין די ליסטע איז מעגליך דורכ'ן דרוקן און קלויבן די נומער וואס איר ווילט. מען קען דאס אויך טוישן דורך: טוישן די URL (די ציפער נאך limit=) אז עס זאל צייגן א געוויסע ציפער ווייניגער פון 1,001.
  6. מען קען אויך טוישן די צייט פון ענדערונגען אויסגעפירט דורכאויס יענער תקופה געוויזן אין די ליסטע (נישט אפעקטיוו ווען פארהאן א גרויסע צאל ענדערונגען).

  מען קען אָנשטעלן נאך פארשידענע פילטערס, דורך די פילטער געצייגט אויבן פון בלאט.

פילטערס אויבן דעם לעצטע ענדערונגען בלאט

ביישפיל: צו באהאלטן ענדערונגען דורך ערפארענע באניצער, און נישט צייגן ענדערונגען באצייכנט אלץ פאטראלירט, טוט מען אזוי: אין לעצטע ענדערונגען בלאט דרוקט מען אויף "פילטערט ענדערונגען". אונטן פון די פענסטער וואס עפנט זיך, אונטער'ן קעפל "באניצער רעגיסטראציע און ערפארונג" קלויבט אויס "נישט איינגעשריבן", "נייע" און "לערנער". דאן, גייט אראפ צו "רעצענזירונג סטאטוס" און קלויבט "אומפַּאטראָלירט". אויב איר ווילט דאס אפהיטן אלץ אייער דיפאלט אפציע - ד.ה., אז יעדעס מאל איר גייט אריין צום לעצטע ענדערונגען בלאט זאל דער פילטער ארבעטן, טוט דאס פאלגנדע: דרוקט אויפ'ן קנעפל אויף די לינקע זייט (צו רעכטס פון די מיסט קנעפל), און אריינלייגן א נאמען פאר'ן פילטער (ביישפיל: "דיפאלט"), צייכענען א ✓ ביי "אנשטעלן אלס דיפאלט" און דרוקן אויף "שאפן פילטער".

"אנדערע רעצענזיע ווערקצייג" קעסטל

דער קעסטל וואס ערשיינט ווען מ'דרוקט "אנדערע רעצענזיע ווערקצייג" העכער די לעצטע ענדערונגען, דינט בעיקר פאר שנעלע איבערבליק אויף געוויסע בלעטער פון די רעדאגירער קהילה. עס ווערט געאפדעיט צייטנווייז מיט רעלעוואנטע לינקס צו אנגייענדע פראיעקטן און צומאל אויך אנדערע מעלדונגען.


ראו גם

הערות שוליים

  1. צייגט נאר פאר מנטרים.