דרעפט:רי"ף
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
ר’ יצחק בר’ יעקב הכהן איז געבוירן געווארן אין דעם דערפל קאלא אבן חמד, נעבן דער שטאט פאַס אין מאראקא, אין דעם יאר 1013, זיבן און צוואנציג יאר פאר רש"י'ס ז"ל געבורט. ער איז באקאנט אלס אלפאסי, אויף דעם נאמען פון דער שטאט פאַס, אויך אלס אלפס, רי"ף, ריא"ף.
אין זיין יוגנט האט ער געלערנט אין די ישיבות אין קירואַן [קאַמירוואַן] ביי ר’ נסים בן יעקב און ביי ר’ חננאל בן חושיאל. נאך זייער פּטירה איז ער געווארן דער תורה הויפּט פון די אידן אין אפריקע. ער איז דער ערשטער פון די פּוסקים וועלכע ווערן באצייכנט אלס ראשונים. ער איז געווען דער ערשטער, וועלכער האט מסדר געווען, געבראכט אין ארדנונג, געגעבן א צורה דער הלכה ליטעראטור.
אין זיין ספר "הלכות", וועלכער איז געווארן, און איז אנערקענט און אנגענומען ביי די לומדים [למדנים] פון דער גאָרער וועלט, ווערן באהאנדלט אלע פאַזן פון דער תלמוד ליטעראטור מיט אויסער געווענליכער קלארקייט. דער דאזיגער ספר האט געגעבן פאָרם, צורה דעם גייסטיגן לעבן פון די אידן אין אפריקע. ס'האט געמאכט קלאר די הלכה, צעמענטירט דעם תורה פונדאמענט, און ס'איז געווארן דער וויכטיגסטער הלכה ספר ביז דעם רמב"מ'ס "משנה תורה" [יד החזקה], וועלכער איז באקאנט מער אלס רמב"ם.
דער פּעריאד פון די ערשטע פּוסקים אין מאראקא האט זיך געצויגן א לאנגע צייט. נאך דעם "גאונים" פּעריאד זענען די ישיבות געווארן דער תורה צענטער פון דעם דארטיגן אידישן לעבן.
נאך זיין ערווערבן זיך פילע תלמידים, און דאס ערשיינען פון זיין ספר הלכות וועלכער ענטהאלט דעם תמצית, דעם עסענץ פון תלמוד בבלי, איז זיין נאמען געווארן באקאנט, און אפילו בארימט ווייט און ברייט.
דער ספר הלכות, וועלכער איז באקאנט אלס אלפס, ריף, ריאף, צייכנט זיך אויס מיט דעם וואס ער לאזט אויס די שקלא וטריא’ס, די ארגומענטאציעס און אַלץ וואס איז נישט אבסאלוט נייטיג צו באשטימען די הלכה. און דערצו ערקלערט ער קלאר וואס די הלכה איז, לויט ווי ער האט געלערנט עס פון זיינע רביים, לערערס.
דער ספר איז געבויט מיט מייסטערהאפטער ארכיטעקטאנישער פעאיגקייט און באגאבקייט. סיי די געברענגטע הלכות פון תלמוד, סיי די געקירצטע אגדות וועלכע האבן א שייכות צו דער הלכה און די פארשידענע דינים, זענען געארדנט לויט א גוט געפּלאנטן סיסטעם, און פּעדאגאגישן מעטאד.
ער באהאנדלט בלויז די הלכות, וועלכע זענען נוגע, גייען אָן אונזער אלטעגליך לעבן. הלכות וועלכע האבן צו טון צום ביישפּיל מיט קרבנות און ענליכע, בארירט ער נישט. זיין מעטאד אין פּסק’ענען איז צו באזירן זיין פּסק אויף די הלכות פון די גאונים, וועלכע זענען געווארן פארפאסט הונדערטער יארן פאר אים. דארט ווי די גאונים’ס פּסק איז קעגן דער גמרא, נעמט ער נישט אָן זייער פּסק. אבער דארט וואו די גמרא דערקלערט נישט ווי צו פּסק’ענען, ברענגט ער די גאונים’ס ווערטער.
אזוי ארום איז דער אלפס געווארן א פונדאמענטאל ווערק אויף דעם געביט פון הלכה. א היבש ביסל האט זיין קלארער תלמודישער סטיל צוגעהאלפן דער פּאפּולאריטעט פון דעם ספר, וועלכער איז געווארן באצייכנט אין זיין צייט מיט תלמוד קטן, "דער קליינער תלמוד". און כאטש דאס וואס אויף דעם ארט פון שווימען אין דעם ים התלמוד [אדער אפשר גאר דוקא דערפאר], האט מען געלערנט פיל דעם אלפס, האט עס דאך געפירט צו מחלוקת, קריגעריי מיט פארשידענע פּוסקים און לומדים אין שפּאניע.
און דארט וואו ס'איז דאָ זון, איז פאראן אויך שאטן. א מסירה האט אים געצווינגען צו פארלאזן זיין געבורט לאנד אין דעם יאר 1088. ער איז געקומען קיין קארדאווא, שפּאניע. דער נשיא ר’ יוסף בן מאיר אבן שרתמיקש [מיגאַש] האט אים שיין אויפגענומען. פון דארט האט ער געצויגן קיין [לוסינא]. אין 1089 איז ער געווארן דער ממלא מקום, דער נאכפאלגער, פון זיין קעגנער ר’ יצחק אבן גיאת. ער האט געגרינדעט דארט א גרויסע ישיבה, וועלכע האט צוגעצויגן פילע תלמידים, ביז ער איז געשטארבן דארט.
די אורזאַך פאר דעם מחלוקת צווישן דעם אלפס און זיינע קעגנערס די צוויי גדולי הדור ר’ יצחק אבן אלבאליא און ר’ יצחק אבן גיאת איז נישט אינגאנצן קלאר. ס'איז מעגליך אז דאס איז געווען א פּועל-יוצא, דער רעזולטאט פון זייער מורא אַז די פּאפּולאריטעט פון זיין "תלמוד קטן" קען נאך פארמינערן דאס לערנען דעם תלמוד גופא. אבער מיט דעם אלעם, ווען אבן אלבאליא איז געווארן קראנק, האט ער אנגעזאגט זיין זון ברוך, אז נאך זיין טויט זאל ער גיין צו דעם אלפס, און אים זאגן אז זיין פאטער האט אים מוחל געווען, און ער האט אים געבעטן אז ער זאל האַלטן אַן אויג אויף זיין זון. הערנדיג די ווערטער פון זיין קעגנער, האט ער אדאפּטירט ברור’ן אלס זון, און ער האט געלערנט תורה מיט אים.
אלפס האט געווידמעט זיין גאנצע צייט צו לערנען תלמוד און די תשובות פון די גאונים. זיין וועג ווייזער אין לערנען זענען געווען די ווערק פון זיין רבי’ן רבינו חננאל. ער האט זיך זייער פיל באנוצט מיט דעם תלמוד ירושלמי. זיין מעטאד איז געווען: דארט וואו תלמוד בבלי און תלמוד ירושלמי זענען נישט איינשטימיג, האט ער געהאלטן מיט בבלי. ווייל תלמוד בבלי איז דאך געווארן געשאפן שפּעטער, און ער האט דאך געקענט דעם תלמוד ירושלמי. האט ער זיך פארלאזט ענדערש אויף תלמוד בבלי.
דארט, ווידער, וואו די גאונים האבן נישט געהאלטן מיט תלמוד ירושלמי, האט ער געהאלטן מיט ירושלמי.
אלפס איז געווארן אנערקענט אוניווערסאל אלס דער פּוסק. קיין פּוסק פון די חכמי ספרד האט געוואגט צו "קריגן" אויף אים.
ר"י הזקן [רבי יצחק בן שמואל] ז"ל האט געזאגט, קיינער וואלט געקענט פארפאסן א ווערק ווי זיינס, "ווייל די שכינה רוט אויף אים".
רדב"ז [רבי דוד בן זמרה] האט געשריבן אז די הלכה איז ווי אלפס, אפילו דארט וואו ער פּסק’נט קעגן די גאונים.
ראב"ד [רבי אברהם בן דוד], כאטש ער שטימט אמאל נישט איין מיט אים, זאָגט: "איך פארלאז מיך אויף דעם רב אפילו ווען ער זאגט אויף 'רעכט אז ס'איז לינק’".
ווען רבי יעקב, פון די בעלי התוספות, האט געפרעגט וועגן א דין, צי די הלכה איז ווי די גאונים, צי ווי דער רב וועלכער קריגט אויף זיי. האט מען אים געענטפערט פון הימל: "ואת בריתי אקים את יצחק", אז דער דין איז ווי אלפס פּסק’נט.
אויסער זיין ספר "הלכות" האט ער געשריבן פילע שאלות ותשובות אין אראביש, וועלכע ר’ אברהם הלוי אבקרט האט איבערגעזעצט אויף לשון הקודש. א ספר "תמים דעים" וועלכן ער האט געשריבן אין אראביש, און איז געווארן איבערגעזעצט אויף לשון הקודש, און נאך.
צווישן זיינע בארימטע תלמידים איז געווען ר’ יוסף בן מאיר איבן מיגאַש. ער איז געווען צוועלף יאר אלט ווען ער איז אָנגעקומען צו אים צו לערנען. ער האָט געלערנט אין זיין ישיבה פערצן יאר. אלפס האט געשריבן וועגן אים אז: אַפילו אין משה רבינו’ס דור האט זיך נישט געפינען זיין גלייכן אין חכמה און אין פארשטאנד. און פאר זיין טויט האט ער אים באשטימט אלס רב און ראש הישיבה אויף זיין ארט, כאטש זיין אייגענער זון ר’ יעקב איז אויך געווען גרויס אין תורה און אין חכמה.
אלפס, רי“ף איז נפטר געווארן אין לוסינא [אלוסינא] דינסטאג צען טאג אין חודש סיון [אייר ?] אין דעם יאר 1103 אין דעם עלטער פון ניינציג יאר, ז“ל.
אויף זיין מצבה געפינען זיך דריי שורות פון זיין תלמיד, דער בארימטער פּייטן, משורר, פילאזאף, פארפאסער פון דעם ספר הכוזרי, ר’ יהודה הלוי ז"ל:
"הרים ביום סיני לך רעשו כי מלאכי האל בך פּגשו
ויכתבו תורה בלוחות לבך וצבי כתריה לך חבשו
לא עצרו כח נבונים לעמוד לולא תבונות ממך דרשו".
אלפס ווערט דערמאנט מערערע מאל אין תוספות: אין ברכות: ג, ב אונטער דעם ווארט 'אין'; ח, א, 'רב' יב, א, 'לא' טו, ב, 'בין'[1]; כד, ב, 'פסק'; כו, ב, 'טעה'; כט, ב, 'איכא'; לא, א, 'והיכי'; לד, א, 'אמצעיות'; לח, ב, 'משכחת'; מ, ב, 'אמר'; מג, ב, 'הכי'; מה, א, 'שלשה', בקולו מו, א, 'ולמאן'; נט, א, 'רבא'.
אין עירובין: מג, א, 'הלכה'; קד, א, 'הכי'.
אין פּסחים: קטז, א, 'מה'; קיז, ב, 'רביע'.
אין יומא: יא, א, 'יבול'; פּח, ב, 'אלא'.
אין ביצה: יד, א, 'איכא'.
אין מגילה: כד, א, 'פּוחח'.
אין מועד קטן: י, ב, 'מוליא'.
אין יבמות: ה, א, 'אלא'; צב, א, 'אבל'.
אין כתובות: כא, א, 'הוציא' ; סג, ב, 'ואינהו'; פּו, א, 'לאשה'; צט, ב, 'אמר'; ק, א, 'אמר'.
אין נדרים: צו, א, 'גרשתני'.
אין קידושין: מה, ב, 'בפירוש'.
אין בבא קמא: ו, א, 'הכותל'; ז, א, 'אי'; ט, א, 'רב'; יא, ב, 'מה'; כג, ב, 'יכלי'; כו, ב, 'קדם'; לז, ב, 'שור'; נב, ב, 'ושכיחי'; סב, א, 'עשו'; ע, ב, 'למעוטי'; ק, א, 'אחוי'.
אין בבא מציעא: מו, ב, 'ופירי'; ע, א, 'הוחמה'; קיב, א, 'חוזר'.
אין בבא בתרא: קלט, ב, 'אמר'; קנה, א, 'מוכר'.
אין מכות: ה, ב, 'איסטטית'.
אין מנחות: לג, ב, 'אכסדרה'.
אין חולין: מו, ב, 'כבדא'.
רעפערענצן
- ↑ זעט דארט אין גליון