דרעפט:רבי נפתלי צבי יהודה בערלין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' נפתלי צבי יהודה ברלין, דער "נציב", בעסער באַקענט אַלס ר' הערש לייב וואלאזינער, איז געבוירן געווארן אין דער שטאט מיר, אין דעם יאר 1817. ער איז נפטר געווארן אין ווארשע זיבעצן טעג אין אב, תרנ"ג, 1893. צו פערצן יאר האט ער חתונה געהאט מיט ר' יצחק ב"ר חיים'ס טאכטער וועלכער איז געווען דער הויפּט פון דער וואלאזשינער ישיבה "עץ חיים". נאך ר' יצחק'ס פּטירה, אין 1851, איז זיין עלטסטער איידעם ר' אליעזר יצחק געווארן זיין נאכפאלגער, און ר' הערש לייב איז געווען זיין געהילף. נאך ר' אליעזר יצחק'ס פּטירה אינעם יאר 1854, איז ר' הערש לייב ערוויילט געווארן ראש הישיבה, און זיין שוואגער ר' יאָשע בער סאלאווייטשיק, בריסקער רב, איז געווארן זיין געהילף.

ר' הערש לייב האט געווידמעט זיין גאנץ לעבן צו פארגרעסערן און צו פארשטארקן די ישיבה. אדאנק זיין אונערמידליכע באמיאונגען און געטרייער איבערגעגעבנקייט האט די ישיבה דערגרייכט א גאר הויכע מדרגה. תלמידים פון אומעטום האבן געשטראמט קיין וואלאזשין, און די "וואלאזשינער ישיבה" איז געווארן וועלט בארימט.

צווישן ר' הערש לייב'ן און ר' יאָשע בער'ן זענען אבער ענטשטאנען שארפע מיינונגס־פארשידנהייטן. עס פלעגן פארקומען אפטע סכסוכים וועגן דער הנהגה, וועגן דער שיטה, וועגן דעם דרך הלימוד. דער "נציב", דער תמים און פּשטן האט געהאלטן מער פון בקיאות, פון פּשט אויפן אָרט. ר' יאשע בער, דער פּיקח און חריף, האט געהאלטן מער פון שארפע סברות, פון חריפות. עס איז נישט געווען א קאמף פאַר פּערזענליכע אנשויאונגען. גיכער איז דאס געווען א קאמף צווישן ב'יאות און חריפות. און אזוי ווי יעדער וואָרטזאגער האט זיך זיינע אנהענגער, האבן זיך, פארשטייט זיך, אויך ביי די ישיבה לייט געשאפן צוויי לאגערן. און די מחלוקת, א מחלוקת לשם שמים, האט זיך געהאלטן אין איין צעפלאקערן.

דאס האט געפירט דערצו אז מען האט אראפּגעבראכט ר' טעוועלע מינסקער, ר' יאסעלע סלוצקער, ר' וועלוועלע דער ווילנער שטאט מגיד, און ר' יצחק אלחנן'ען, זיי זאלן אויסגלייכן ביידע צדדים און איינשטעלן ארדנונג אין דער ישיבה. בעת די רבנים זענען געזעסן און געטראכט פון א מיטל, האט ר' וועלוועלע זיך אנגערופן:

"איר ווייסט, רבותי, ביי מיר גייט איצט די סדרה 'וישב'". צו "וישב" איז נאך געווען עטליכע וואָכן, האבן זיי אים אנגעקוקט. האט ר' וועלוועלע געזאגט: "רבותי, מיין דרך אין דרוש איז שטענדיג צו שטעלן דעם צדיק קעגן דעם רשע, דעם גוטן, אנשטענדיגן מענטשן קעגן דעם שלעכטן, און ווייזן די צדקות, די גוטע מעשים און שיינע מידות פון דעם צדיק, און די שלעכטע מעשים און מיאוס'ע מידות פון דעם רשע".

"אין די פריערדיגע סדרות זענען פארהאן צוויי אנטקעגנ־געזעצטע כאראקטערס. אין 'בראשית' זענען פארהאן אדם הראשון און דער שלאנג, קין און הבל. אין דער סדרה 'נח' זענען פארהאן נח דער צדיק תמים און דער דור המבול, שם און חם. אין 'לך לך' זענען פארהאן אברהם אבינו און פּרעה. אין 'וירא' געפינען מיר אברהם אבינו און די איינוואוינער פון סדום, עמורה און פון די אנדערע שטעט… איז אין יעדער סדרה האב איך א צדיק און א רשע. ווי א מגיד שטעל איך זיך אנידער און באקרוין דעם צדיק מיט אלע קרוינען. און אויף דעם רשע גיס איך פּעך און שוועבל".

"אָבער ווען עס קומט צו דער סדרה 'וישב' וועלכע באהאנדלט יוסף'ן און זיינע ברידער, בלייב איך שטיין אין דער גרעסטער פארלעגנהייט. ביידע זייטן זענען צדיקים, קדושים, און טהורים. מיט וועלכן צד זשע זאל איך האלטן? אין אט דער דאזיגער זעלבער פארלעגנהייט געפין איך זיך איצט. וואלט איך באדארפט אויסגלייכן צווישן ר' יאשע בער'ן מיט דעם און דעם, צווישן ר' הערש לייב'ן מיט דעם און דעם, ווער פון זיי עס איז גערעכט און אומגערעכט, וואלט איך דאס געקענט טון זייער גרינג. אבער ווי קען מען באשטימען ווער עס איז גערעכט צווישן אזעלכע צוויי גאונים, צדיקים ווען ביידע מיינען עס דאך בלויז און נאר לשם שמים!"

אין דעם יאָר 1879 האָבן די משכילים, וועלכע האבן געוואלט פארוואנדלען די ישיבה אין א סעמינאַר, דערלאנגט א מסירה צו דער רעגירונג, און זי האט געשלאסן די ישיבה. אדאנק ר' הערש לייב'ס באמיאונגען, האט די ישיבה זיך געעפנט אינעם יאר 1881. אבער צען יאר שפּעטער, אין דעם יאר 1891 האט די רוסישע רעגירונג עס נאכאמאל פארמאכט.

ר' הערש לייב איז דער מחבר פון: "העמק שאלה" אויף די "שאילתות דרב אחאי גאון" פון וועלכן מען זעט זיין גרויסקייט און בקיאות אין ש"ס; פון "העמק דבר" אויף תורה; פון "מיטב השיר", א קורצער פּירוש אויף שיר השירים. נאך זיין פּטירה זענען פאַרעפנטליכט געווארן זיינע תשובות אונטערן נאמען "משיב דבר".

אגב'דיגס: ער האט געזאגט א מתמיד איז דער וועלכער עסט אין צייט, שלאפט אין צייט און לערנט אין צייט.