דרעפט:רבי ניסן דוד קיוואק
אויפגעוואקסן אין ב"פ, מיט ר' מאטל זילבער האט ער גלערנט חברותא אין תורה ודעת, און געווען א זייער נאנטער חבר. מקורב געווארן צו ברסלב דורך ר' חיים שלמה ראטנבערג, אלץ בחור אנגעקומען קיין ארץ ישראל, וואו ער איז געווארן א איידעם ביי ר' נחמן יאגעלניק, א איידעם פון ר' וועלוול חעשין. אפאר יאר שפעטער האט ער זיך באקאנט מיט מוהרא"ש, און אסאך געהארבעט צוזאמען מיט איהם אויף הפצת ספרי ברסלב. אין ארץ ישראל איז ער געווען פון די נאנטע תלמידים ביי ר' לוי יצחק בענדער, אזוי אויך האט ער געלערנט חברותא מיט דער גאב"ד דער מנחת יצחק, און באקומען פון איהם הוראה.
אין יאר תשמ"ה האט ער אנגאפאנגען צו זאגן שיעורים אין ספרי ברסלב, וואס גייען אן ביז היינט, די שיעורים זענען געדרוקט אין קונטרסים מיטן נאמען "דרכי נועם". ער האט אויפגעשטעלט אונדערטער תלמידים, צווישן זיי צענדליגער באקאנטע משפיעים, אזוי ווי: ר' יצחק מאיר מארגנשטערן, ר' אברהם הערש קלוגער, ר' פנחס דוד בונקער, ר' יידל דייטש, ר' דוד גווירצמאן, ר' אשר זעליג מרגליות, ר' יואל משי זהב, ר' אברהם יצחק קלעצקי, ר' ישראל מאיר גאלינסקי, ר' פנחס שפירא, ר' יחיאל יהושע פרישמאן, ר' דוד פריעדמאן, ר' שלום פאלאק, און נאך אסאך ספרדישע אדער ווייניגער באקאנטע.
אין ארץ ישראל פירט ער מוסדות על טהרת הקודש, כוללים, א ישיב"ק, א ישיב"ג, א חיידער, און א מיידל שולע.