דרעפט:רבי מאיר מאזוז

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הרב מאיר נסים מאזוז (י"ג ניסן, ה'תש"הכ"א ניסן ה'תשפ"ה) איז געווען א רב, פוסק, ראש ישיבת און נשיא מוסדות כסא רחמים. ער איז געווען פאררעכנט אלס איינער פון די גרעסטע מנהיגים ביי דער ספרד'ישער געמיינדע.

ביאגראפיע

רבי מאיר מאזוז

ער איז געבוירן אין טוניזיע, אלס בכור, צו רבי מצליח מאזוז, וועלכער איז געווען א דיין, פון די מנהיגים פון טוניזיער אידן און גרינדער פון ישיבת כסא רחמים.

אלס קינד האט ער געלערנט אין ישיבת חברת התלמיד און אלס בחור אין ישיבת אוהל יצחק יוסף פון ליובאוויטש.

ער האט חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א שטוב מיט זעקס קינדער.

אין ה'תשל"א איז האט מוסולמענער טעראריסט אומגעברענגט זיין פאטער. נאך דער אטאקע איז ער ארויפגעפארן מיט זיינע ברידער קיין ארץ ישראל.

אין ארץ ישראל האט ער באשלאסן איבערצופלאנצן די ישיבה "כסא רחמים" אין בני ברק. עס האט זיך אריגינעל אנגעהויבן מיט א ישיבה, אבער האט זיך שפעטער פארברייטערט צו א גרויסן נעץ פון פון מוסדות, אריינגערעכנט א תלמוד תורה, מיידל-שולע, סעמינאר, ישיבה קטנה, ישיבה גדולה און עטליכע כוללים.

אין לויף פון די יארן האבן דארט געלערנט טויזנטער תלמידים.

פטירה

ער איז נפטר געווארן שביעי של פסח, כ"א ניסן ה'תשפ"ה, אין עלטער פון 80 יאר, נאכ'ן נישט זיין געזונט פאר עטליכע יאר. עס איז פארגעקומען א מאסיווע לוי' אין בני ברק מיט טויזנטער באטייליגטע. דער גאון איז באערדיגט געווארן אין דעם פאנעוויזשער בית החיים אין בני ברק.

זיין יונגערן ברודער רבי צמח מאזוז איז אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום.

ער האט איבערגעלאזט 33 ספרים.

אויסערליכע פארבינדונגען

וועבסייט פון מוסדות כסא רחמים