דרעפט:רבי ישראל פון קאזשניץ

ר' ישראל, בארימט אלס קאזשעניצער מגיד, איז געבוירן געווארן אינעם יאר ת"ך. זיין פאטער ר' שבתי איז געווען אַן ארימער איינבינדער. ער האט געלערנט ביי דעם מעזעריטשער מגיד ר' דוב בער דעם בעל שם טוב'ס נאכפאלגער, ביים ניקעלסבורגער אב בית דין רבי שמואל שמעלקי, ביים רבין רבי אלימלך פון ליזענסק, און ביי רבי לוי יצחק פון בערדיטשעוו. די גדולים פון זיין דור האבן אים געהאלטן פאר א גדול בתורה. רבי חיים וואָלאָזשינער, דעם ווילנער גאון'ס תלמיד מובהק, האט געזאגט אז זייענדיג אין קאזשעניץ האט ער פארבראכט א גאנצן טאג מיטן מגיד אין לערנען, און ער האט איינגעזען אז ער איז א בקי אין גאנץ תלמוד בבלי מיט תוספות אויף אויסווייניג, אין תלמוד ירושלמי, ראשונים און אחרונים. ער איז געווען בארימט אלס בעל מופת, ווינדער־רבי. ער איז געווען א קראנקער, שוואכער מענטש. אבער נישט געקוקט דערויף האט ער פארשפּרייט תורה אַן ערך פו א האלבן יאר־הונדערט. זיינע דרשות האבן אנגעצינדן די הערצער פון זיינע צוהערער. ער האט געשריבן א ספר "גבורת ישראל" וועגן דעם מהר"ל'ס ווערק, און אין זיינע שריפטן מערקט זיך אז דער מהר"ל האט געהאט אַ גרויסן איינפלוס אויף אים.

זיין ספר "עבודת ישראל" אויף תורה, אויף פּרקי אבות… איז גוט באוויסט. ער האט פארפאסט "אור ישראל" אויף די תיקונים, "נזר ישראל" אויפן זהר, "תהלות ישראל" אויף תהלים, "שארית ישראל", און נאך. ער איז געווען באזונדערס באפריינדעט מיטן "חוזה" פון לובלין, מיט רבי מנחם מענדיל רימאַנאָווער.

מען דערציילט: ווען ער איז געקומען אמאל אויף א באזוך אין זיין געבורטס־שטעטל שוין אלס דער באַרימטער קאזשעניצער מגיד, האט ער באזוכט זיין דרדקי'ן מלמד. אויף דער פראגע פארוואס ער באזוכט נישט אויך זיין גמרא מלמד, זאל ער האבן געענטפערט: א שטיקל גמרא קען מען אפּפרעגן, אבער אלף בית נישט. ער איז נפטר געווארן פערצן טאג אין תשרי, אינעם יאר תקע"ה, אינעם עלטער פון פינף און זיבעציג יאר. זיין נאכפאלגער איז געווען זיין זון ר' משה אליקים בריעה.

אגב'דיגס: א איד איז געקומען אמאל צום מגיד ער זאל בעטן רחמים פאר זיין קריטיש־קראנקער פרוי, זי זאל האבן א רפואה שלמה. דער מגיד האט גוט באטראכט דעם אידן, און ער האט אים חושד געווען, אַז ער מיינט עס נישט מיטן גאנצן הארץ. האט ער אים געזאגט: "רבות מחשבות בלב איש", דער מאן טראכט אין הארצן מיט וועלכער פרוי ער זאל חתונה האבן אזוי גיך ווי זיין ווייב וועט אוועק אויף דעם עולם האמת. אָבער איך זאג, "ועצת השם היא תקום", דער אַלמעכטיגער וועט העלפן, און זי וועט אויפשטיין און ווערן געזונד".

א איד איז געקומען אמאל צו לויפן צום מגיד, און ער האט אים געבעטן א סגולה ער זאָל געפינען דאס בייטעלע געלט וואס ער האט פארלוירן. דער מגיד האט אים געהייסן אהיימגיין און זאגן דריי מאל "איזהו". איז דער איד אהיימגעגאנגען און ער האט געזאגט דריי מאל "איזהו מקומן של זבחים…" מיט גרויס כונה. נאכדעם ווי עס זענען פאראיבער אפּאר טעג און ער האט נישט געפונען דאס בייטעלע, איז ער ווידער געקומען צום מגיד, און ער האט אים געזאגט אז ער האָט געזאָגט דריי מאל "איזהו" און דווקא מיט גרויס כונה, אבער ער האט נאכנישט געפונען דאס געלד. "וועלכן 'איזהו' האסטו געזאגט"? האט דער מגיד אים געפרעגט. "וואס הייסט וועלכן? דעם 'איזהו מקומן של זבחים' וועלכער שטייט אין סידור", האט דער איד געענטפערט. "נישט דעם 'איזהו' האָב איך געמיינט", האט דער מגיד אים געזאגט, "נאר דעם מאמר חז"ל: אי זהו שוטה, זה המאבד כל מה שנותנים לו[1], א נאַר איז דער וועלכער פארלירט וואָס מען גיט אים".

  1. חגיגה ד, א.