דרעפט:רבי יצחק אייזיק לאנדא
דער גאון רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא איז דער רב פון בני-ברק, און דער ראש פון דעם 'מערכת הכשרות' ביי דעם הכשר פון "הרב לאנדא".
ער איז געבוירן אין בני-ברק צו זיין פאטער דער גאון רבי משה יהודא ליב לאנדא. ער האט געלערנט אין דעם ליובאוויטשן תלמוד-תורה אין בני-ברק, שפעטער אין דער ישיבה 'אור ישראל' אין פתח-תקוה און אין דער ישיבה 'תומכי תמימים' אין כפר חב"ד. אין יאר תשמ"א איז ער געקומען קיין ברוקלין, לערנען אין דעם צענטראלן ליובאוויטשן ישיבה אין קראון-הייטס, "770".
אין אדר תשמ"ט האט ער געהייראט די טאכטער פון הרב משה בצלאל וואקסעלשטיין, און ער האט זיך באזעצט אין צפת, וואו ער איז אויפגענומען געווארן אלס דער ראש-ישיבה פון 'תומכי תמימים' אין צפת. נאכדעם וואס ער האט זיך באזעצט אין צפת, איז ער געווארן א משגיח אויף כשרות, אונטער די פירערשאפט פון זיין טאטן "הרב לאנדא". אום כסליו תש"פ איז ער אריבער קיין בני-ברק.
אום אדר ב' תשע"ט, ביי זיין פאטער'ס לוי', איז אויסגערופן געווארן, אז אין א געמיינזאמע באשלוס פון די גדולי ישראל, איז באשטימט געווארן אז אלע ענינים פון די הכשרים אין שטאט וועט געפירט ווערן דורך הרבנים הגאונים, זיין זון דער ממלא-מקום הרב חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א און הרב שבח צבי רוזנבלאט שליט"א. והאמת והשלום אהבו.
זינט דאן ביז היינט ווערט טאקע דער הכשר פון "הרב לאנדא" געפירט דורך זיי ביידע.