דרעפט:רבי דוד טעביל פון ליסא
רבי דוד טעביל פון ליסא, אדער ווי ער איז באקאנט, רבי טעוועלע (טעבלי) פון ליסא, איז אין זיין צייט געווען פאררעכנט ווי איינער פון די באקאנטע גדולים און מנהיגים פון זיין דור. אין משך פון זיין לעבן איז ער געווען פארמישט אין שווערע רבנישע אנגילענגנהייטן וואס זענען דעמאלס געשטאנען על הפרק, א גרויסער לוחם מלחמות ה' און מנהיג ישראל, דערצו אויך א מרביץ תורה, און א מעין המתגבר מיט זיין תורה און חריפות.
ביאגראפיע
זיין אפשטאם איז פון דער אור אלטע שטאט בראדי אין גאליציע, פון מתנגדישן חדר, פון די בארימטע חכמי הקלויז. ער איז געבוירן צו זיין פאטער הג"ר נתן נטע אבד"ק בראדי, דעריבער חתמ'עט זיך ר' טעביל אלעמאל, אין אלע זיינע הסכמות, זייענדיג שוין אין אנדערע שטעט, אלס "טעביל מבראד"[א]. נאך זיין חתונה האט ער אויך געוואוינט אין בראדי, זייענדיג אן איידעם ביי איינעם פון די חשובי ונכבדי ק"ק בראדי[ב]. יונגערהייט איז ער געווארן רב אין זאסלאב. דערנאך, פון יאר תק"כ, טרעפן מיר אים שוין אלס רב אין הארחוב[ג].
ביבליאגראפיע
- דובעריש וועבער, חקר היוחסין כז, אינטערעסאנט, 56, ניו-יארק אדר ב תשפ"ד, אויף Academia.edu
- Dr. Louis Lewin, Rabbiner in Pinne, Geschichte der Juden in Lissa, Pinne 1904, 192-204 (דייטש)
נאטיצן
- ↑ אין זיין דרשה שבת הגדול שנת תקמ"ב, זאגט ער: "אני נתגדלתי בק"ק בראד המעטירה".
- ↑ אין זיין ספר מכתב לדוד איז געדרוקט א שטיקל תורה פון אים וואס ער האט נאך געשריבן אין יאר תקי"א, וואוינענדיג אין בראדי, און ער שרייבט זיך אונטער, "כתבתי זה לפי קט שכלי ט' אייר תקי"א פה ק"ק בראד, דוד הוא הק' טעביל בהגאון מ' מנחם (דאס איז ווארשיינליך א טעות הדפוס, ווייל זיין פאטער'ס נאמען איז געווען "נתן נטע", און נישט מנחם) אב"ד ור"מ מבראד"[1]. רבי טעבל זצ"ל שרייבט אויף אן אנדער פלאץ, "ראיתי מעשה בעת היותי בק' בראד, בא לפני א"א הגאון נ"י שאלה ..."[2].
- ↑ לאפוקי וואס טייל חוקרים ברענגען אז ער איז ערשט אנגעקומען אויף הארחוב אין יאר תקכ"ז. עס איז געדרוקט א שאלה פון רבי טעביל, צו דעם גרויסן גאון רבי חיים כהן ראפאפורט, לעמבערגער רב, וואו ער חתמ'עט זיך "דברי דוד הוא הק' טעביל מבראד, יום א' י"ב כסלו תק"כ לפ"ק בראד ביומא דשוקא". אויף דעם ענטפערט אים רבי חיים אין זיין תשובה: "נשאלתי מהרב הגדול מו"ה דוד טעביל אבד"ק הארחוב וז"ל…". דאס הייסט אז אין תק"כ איז ער שוין געווען רב אין הארחוב[3]. מיר טרעפן אויך הסכמות וואס רבי טעביל זצ"ל האט געגעבן זייענדיג אין הארחוב, אזוי אויפ'ן ספר תוספת שבת (פראנקפורט דאדר תקכ"ז) "הכ"ד המדבר ביום א' כ"ה שבט לכבוד המחבר חיבור 'טוב מבחר הגברים' לפ"ק פה ק"ק הארחוב יצ"ו[4]. דוד הוא הק' טעבל מבראד, חונה פה ק"ק הנ"ל". אזוי אויך אויפ'ן ספר עבודת המלך (זאלקאווא תק"ל).