דרעפט:רבי אברהם אבן עזרא
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
ר' אברהם ב"ר מאיר אבן עזרא איז געבוירן געווארן אין טודילאָ, שפּאַניע, ארום דעם יאר 1092. ער איז געווען א גרויסער, פיל־זייטיגער געלערנטער, מפורש, דיכטער, קריטיקער, פילאזאף, גראמאטיקער, מאטעמאטיקער, אסטראנאם. אבער נחת האָט ער נישט געהאט. ער איז געווען אומגליקליך אין זיין פאמיליען לעבן, און דערצו א גרויסער ארימאן. אין איינעם פון זיינע דיכטונגען באקלאגט ער זיין מזל:
לו יהיו נרות סחורתי,
לא יאסוף שמש עדי מותי.
לו אהיה סוחר בתכריכין,
לא יגועו אישים בכל ימי.
ווען איך זאָל האנדלען מיט ליכט, וואלט די זון קיינמאל אונטערגעגאנגען. ווען איך זאָל האנדלען מיט תכריכים וואלט קיין מענטש געשטארבן.
דער אבן עזרא אליין דערמאנט גארנישט וועגן זיין פּערזענליך לעבן. מען ווייסט נישט צי ער שטאמט פון דער בארימטער משפּחה "אבן עזרא" פון גראַנאַדאַ. עס איז פארהאן א מיינונג אז ער האט געהאט פינף זין. אבער פאקטיש ווייסט מען בלויז פון זיין זון יצחק. לויט אַן אנדער מיינונג זאל ער האבן געווען א מטופּל מיט אכט טעכטער. נישט האבנדיג א פּרוטה אויף נדן, זאל ער האבן אמאל זיך אויסגעדריקט מליצה'דיג צו זיינעם א פריינט: "קצתי בחיי מפּני בנות חת" ("ח" — אכט), מיין לעבן איז מיר נמאס וועגן די אכט טעכטער. ער איז פיל ארומגעפארן און האט פיל געשריבן. מען זאגט אויף אים אַז ער האט באזוכט זעכציג שטעט און האט אנגעשריבן זעכציג ווערק, לויט אַן אנדער מיינונג הונדערט און אכציק ווערק. ער האט געקענט די גרעסטע פּערזענליכקייטן פון זיין צייט, ווי דעם בארימטן דיכטער און פילאזאף ר' יהודה הלוי, רבינו תם, הויפּט פון די בעלי התוספות, רש"י'ס אייניקל און דעם רשב"ם'ס אינגערער ברודער, און פילע אנדערע.
רבינו תם שרייבט אין א שיר וועגן אים:
אבי עזרי ישיבוהו סעיפיו
אשר נתן ידידו בין אגפיו,
אני עבד לאברהם למקנה
ואקדה ואשתחוה לאפּיו.
ר' אלי' מזרחי באטיטולט אים מיט "אדון הפּשטנים", דער האר פון די פארטייטשער.
דער רייזנדער ר' בנימין פון טודילא דערמאנט אין זיין רייזע־בוך "רבי אברהם החוזה". איז פארהאן א סברה אז דאס מיינט דעם אבן עזרא.
ער ווערט דערמאנט אין תוספות: ראש השנה יג, א אונטערן ווארט דאקריב; תענית כ, ב אונטערן ווארט בהכינתו; קידושין לז, ב אונטערן ווארט ממחרת. ער ווערט אויך דערמאנט אין רמב"ן, ווי למשל אין שמות לג, יא.
ר' גדליה ן' יחייא דערציילט: ר' יהודה הלוי איז געווען זייער רייך. ער האט געהאט א שיינע בת יחידה, אַן איין און איינציגע טאכטער. זיין ווייב פלעגט אים דערקוטשען ער זאל זי חתונה מאכן ביי זיין לעב־צייט. איין מאל איז עס דערגאנגען אזוי ווייט אז ער האט געשוואוירן זי חתונה צו מאכן מיט דעם ערשטן אידן וועלכן ער וועט באגעגענען.
אין אַ שיינעם נאכמיטאג איז אַריינגעקומען צו אים א בחור אנגעטון אין אלטע, צעריסענע שמאטעס. ווען זיין ווייב האט דערזען דעם דאזיגן ארימן בחור, איז איר געווארן "ליכטיג" אין די אויגן. זי איז אריין געגאנגען אין איר מאנ'ס ארבעט־צימער און האט שטארק געוויינט. ר' יהודה האט זי געטרייסט און איר געזאגט אז ער וועט לערנען מיט אים, און אז ער וועט גרויס מאכן זיין נאמען. דער בחור האט פארהוילן פון אים זיין נאמען. ר' יהודה האט געלערנט מיטן בחור תורה, און דער בחור, זייענדיג אליין א גרויסער למדן און דיכטער האט זיך געמאכט כלומר'שט אז אדאנק ר' יהודה'ן שטייגט ער אין לערנען.
איינמאל, אין אַן אוונט, איז ר' יהודה זיך פארזעסן אין זיין ארבעט־צימער, ווייל עס איז אים אנגעקומען שווער צו שאפן די סטראָפע מיט "ר" אין זיין פּיוט "אדון חסדך". זיין ווייב האט אים אריינגערופן אין עס־צימער. און בעת ר' יהודה האט געגעסן, האט זיין ווייב געוויזן דעם בחור דעם מאנוסקריפּט. דער בחור האָט אויסגעבעסערט דעם פּיוט אויף עטליכע ערטער, און ער האט אנגעשריבן די גאנצע סטראָפע "ר". ווען ר' יהודה האט דאס דערזען, האָט ער זיך שטארק געפרייט. ער האט ארומגענומען דעם ארימן בחור און אים געקושט. ער האט אים געזאגט : "איצט זע איך אז דו ביזט עס דער אבן עזרא". דער בחור האט מודה געווען אז דאס איז ער, און ער איז געווארן ר' יהודה'ס איידעם. מען זאגט אז ר' יהודה האט אים געגעבן זיין גאנצן פארמעגן, אבער דער אבן עזרא האט נישט געוואלט נעמען, ווייל ער האט נישט געוואלט הנאה האבן פון דער וועלט. לויט "ספר יוחסין" זענען ר' יהודה הלוי'ס און דעם אבן עזרא'ס מוטערס געווען שוועסטערס, זיי זענען, אלזא, געווען ערשטע קוזינס[1].
דער אבן עזרא דערמאנט רבי יהודה הלוי'ן פילע מאל[2].
דער אבן עזרא האט פארפאסט פילע פּאָעמעס. ער האָט מחבר געווען פּיוטים. זיי געפינען זיך אין די ספרדים'ס סידורים. ער איז אויך דער מחבר פונעם פּיוט "כי אשמרה שבת, אל ישמרני"; אז איך וועל אפּהיטן שבת, וועט דער אלמעכטיגער מיך אפּהיטן, וועלכער געפינט זיך אין אונזערע זמירות. ער האט געשריבן פילע אַפאָריזמען. לשון הקודש איז געווען ביי אים "כחומר ביד היוצר", ווי ליים אין דער האנט פון דעם טעפּער. מען האט אים אמאל געפרעגט זיין מיינונג וועגן ביאת המשיח, האט ער געענטפערט מיט א פערז אין וועלכן די פראגע מיטן ענטפער ליינען זיך אהין און צוריק דאס זעלבע.
דער פרעגער פרעגט: "אבי, אל חי שמך, למה המלך משיח לא יבא"?
דער אויבערשטער ענטפערט: "דעו מאביכם כי לא בוש אבוש שוב אשוב אליכם כי בא מועד".
ער האט פארפאסט פילע ספרים אויף פארשידענע געביטן:
וועגן דקדוק: מאזנים, ספר היסוד, ספר צחות, שפה ברורה און נאך.
וועגן רעליגיעזע פילאזאפיע: יסוד מורא, ערוגת החכמה און נאך.
וועגן מאטעמאטיק, אסטראנאמיע, אסטראלאגיע: ספר המספר, ספר הלוחות, כלי נחושת, חקות שמים באיצטגנינות וחזיון, און נאך.
קלענערע ווערק אויף פארשידענע געביטן.
שירים, אַפאָריזמען, מליצות, רעטענישן.
אבער זיין הויפּט און לעבנס־ווערק איז זיין וועלט־בארימטער פּירוש אויף תורה און אויף אַנדערע תנ"ך ספרים.
ווען ער איז אלט געווען פיר און זעכציג יאר איז ער געווארן שטארק קראנק. ער האט געטון א נדר אז אויב ער וועט ווערן געזונט, וועט ער איבער ארבעטן און פארגרעסערן זיין פּירוש. ער האט מקיים געווען דעם נדר, און ער האט געארבעט אויף זיין פּירוש ביז צו זיין פּטירה, אינעם עלטער פון פינף און זיבעציג יאר. ביי זיין פּטירה זאל ער האבן באמערקט צו די אנוועזנדע: ואברם בן חמש שנים ושבעים שנה בצאתו מחרון אף העולם[3].
דער אבן עזרא איז נפטר געווארן ראש חודש, אדר א', אינעם יאר 1167 אין דער שטאט קאַלאַהאָראַ, שפּאניע, לויט אַן אנדער מיינונג אין ענגלאנד, לויט נאך אַן אנדער מיינונג אין רוים. אויך די צייט פון זיין פּטירה איז נישט פעסט געשטעלט מיט זיכערקייט.
רעפערענצן
- ↑ זעט שלשלת הקבלה, זייטן צב-צג.
- ↑ זעט: אבן עזרא, בראשית א, ג שמות ד, י; ט, א; יג, יד; כ, א "שאלני רבי יהודה הלוי, מנוחתו כבוד" ; כד, יא; במדבר כז, ג; דברים יד, כב; כו, יז; כט, יח; לג, ה. זכריה ח, ו; תהלים יח, ה; ל, ח; מט, כא; עב, כ; עג, כה; פ, טז; פב, ח; קלט, יד; קן, א (און פּסוק ו?), און דעם דיאַלאָג צווישן זיי ביידע אין דניאל ט, ב. זעט "ר' יהודה הלוי ור' אברהם אבן עזרא" פון נפתלי בן מנחם אין דעם בוך "ארשת", יאר־בוך פון פארבאנד פון ארטאדאקסישע שרייבער, ירושלים, תש"ד.
- ↑ פארגלייכט בראשית יב, ד מיט זיין ווארט־שפּיל מחרון….