דרעפט:רבינו בחיי

רבינו בחיי ב"ר אשר איז געבוירן געווארן אינעם מיטן פונעם דרייצענטן יאר־הונדערט אין דער שטאָט סאַראַגאָסאַ, שפּאניע. ער איז נפטר געווארן אינעם יאר 1340. ער איז דער מחבר פון "מדרש רבינו בחיי"; א פּירוש אויף תורה, וועלכער טייטשט אויס די תורה לויט פּשט, מדרש, שכל, קבלה. ער איז געווען דעם רשב"א'ס א תלמיד. זעט אין זיין פּירוש ענדע חוקת. ער איז דער מחבר אויך פון: "כד הקמח" (דרשים); "שובע שמחות" א פּירוש אויף איוב, און נאך. אבער עס איז אים נישט געגאנגען גוט.