דרעפט:פאמיליע-נאמען

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די באגריף פון 'משפחה-נעמען' האט בכלל נישט עקזיסטירט אמאל אויף דער וועלט. אין די תורה זעט מען אז מענטשן ווערן אנגערופן ביי זייער פריוואטע ערשטע נאמען און זייער פאטער'ס נאמען, און ווי ס'שטייט אין פסוק 'למשפחותם לבית אבותם'. און במציאות איז ביי כלל ישראל במשך טויזנטער יארן טאקע כמעט נישט געווען אזא זאך ווי א משפחה נאמען. פארשידענע צונעמען געפינען מיר טאקע יא אין חז"ל, און אפילו אין נ"ך, מיט וואס מ'פלעגט אמאל אידענטיפיצירן געוויסע מענטשן, בדרך כלל איז דאס אבער געווען אלס זיין פאך, (צ.ב.ש. דער תנא 'רבי יצחק נפחא' - א שמידט), אדער אין באצוג צום שטאט פון וואו ער איז געקומען (צ.ב.ש. דער תנא 'שמעון התימני' - פון שטאט תמנת), אבער נישט קיין 'משפחה-נאמען'.

שפעטער זענען שוין יא געווען איינצלנע משפחות וואס האבן געהאט געהעריגע משפחה נעמען. ביי די ספרדים איז דאס שוין פון פריער פארשפרייט געווארן, אבער אפילו אין אשכנז זענען שוין געווען עטליכע משפחה נעמען ווי צב"ש 'שפירא' אדער 'הורוויץ', אבער ביי רוב כלל ישראל איז דאס נישט געווען ביז פאר בערך צוויי הונדערט יאר צוריק אין די 'ת"ק' יארן לאלף הששי. מ'האט געווענליך גערופן אידן מיט דעם טאטנ'ס נאמען, אדער דער שווער'ס נאמען, ווי צב"ש משה יאנקל'ס, און אפילו אמאל מיט די מאמע אדער שוויגער'ס נאמען (א שטייגער ווי די נעמען פון הצדיקים הקדושים רבי לייב שרה'ס און רבי דוד לאה'קעס זצוק"ל). צומאל האט מען גערופן לויט די פאך, בערל שמידט, הערשל מילנער. אדער לויט אנדערע סימנים, וואס אזוי האט מען פארשטאנען פון וועמען מען רעדט.

אין פראנקפורט פלעגט יעדע הויז האבן א נאמען, און דארט פלעגט מען רופן די מענטשן אויפן נאמען פונעם הויז וואו זיי האבן געוואוינט, ווי צב"ש משה צום אדלער.

כאטש וואס ביי די גויים - להבדיל - האט זיך שוין יא אנגעהויבן איינפירן לעצטע נעמען אזוי פרי ווי פאר קרוב צו טויזנט יאר צוריק, און האט זיך אויסגעברייטערט ביים גאנצן המון אין די נאכפאלגנדע הונדערטער יארן, און פאר א פיר הונדערט יאר צוריק איז עס שוין געווען איינגעפירט מער ווייניגער ביים גאנצן המון פון די גוי'אישע באפעלקערונג, דאך איז דאס אבער נישט אנגעקומען צום אידישן פאלק - וועלכע האבן בדרך כלל געוואוינט אפגעזונדערט פון די גויים, אין אייגענע געטאס אדער אידישע קווארטלען, און זיי האבן נישט אנגענומען קיין משפחה נעמען ביז לאנגע לאנגע יארן שפעטער, ווען די רעגירונגען האבן זיי ענדגילטיג באצווינגען דאס צו טון.

די ערשטע לאנד וואס האט פארלאנגט אז יעדער איד דארף נעמען א משפחה נאמען, איז געווען עסטרייך, ווען אין ח' אב תקמ"ז, האט דער קייזער יאזעף ארויסגעגעבן א באפעל, אז יעדער איד מוז זיך אפיציעל אויסוועלן א משפחה נאמען. דאס איז געווען א המשך פונעם באקאנטן טאלעראנץ באפעל וואס דער קייזער האט ארויסגעגעבן אין יאר תקמ"א צו שענקען גלייכבארעכטיגונג פאר די אידן, און עס האט בעיקר געמיינט אז די אידן זאלן זיך אזוי מער אויסמישן מיט די גוי'אישע באפעלקערונג.

אין די צענדליגע יארן דערויף האבן נאך און נאך לענדער דאס נאכגעפאלגט, און י"ט טבת תקס"ה האט דער רוסישער צאר 'אלכסנדר דער ערשטער' ארויסגעגעבן א באפעל אז יעדער איד דארף זיך נעמען א משפחה נאמען, און דאס זאל אריבערגיין צו זיינע קינדער און אייניקלעך ווייטער.

ביז דעמאלס פלעגט יעדער מענטש אין רוסלאנד גערופן ווערן מיט זיין פריוואטע נאמען אינאיינעם מיט דעם טאטנ'ס נאמען, ווי מען זעט טאקע אין די דאקומענטן וועגן די ארעסט פונעם הייליגן מאור עינים אין יאר תק"נ, אז ער ווערט אנגערופן 'נחום הערשקאוויטש', וואס דאס מיינט רבי נחום דער זון פון רבי הערש. די רעגירונג איז אבער נישט געווען צופרידן דערמיט, ווייל אזוי קען מען נישט האלטן קיין חשבון נאר פון יעדער מענטש באזונדער, און מען האט נישט געקענט האלטן קיין חשבון ווער עס באלאנגט צו וועלכע משפחה. דאגעגן די משפחה נעמען וועט איבערגיין ווייטער צו די קינדער און אייניקלעך.

ווען די גזירה איז צום ערשטן מאל ארויסגעקומען, איז כלל ישראל בכלל נישט געווען אנטציקט פון דער גזירה - מילד גערעדט. און טראץ וואס די אנגעבליכע סיבה פון די רעגירונג איז געווען אז זיי טוען דאס בלויז צוליב טעכנישע אנגעלעגנהייטן, אז מ'זאל קענען געהעריג אידענטיפיצירן די בירגער פאר די שטייערן, אדער אויב מען וויל איינעם רופן צו א געריכט זאל מען וויסן פון וועם מ'רעדט, דאך האבן פילע גדולים חושש געווען אז דאס קומט פון דעם וואס די גויים ווילן אסימילירן די אידן רח"ל, און מען זעט אין פארשידענע ספרים פון יענע תקופה וואס רעדן דערוועגן, און זענען דן אויב מען מעג דאס אויספאלגן צי נישט.

אין א תשובה וואס הרה"ק ר' אברהם חיים מזלאטשוב זצ"ל בעל מבשר צדק שרייבט דערוועגן, הייבט אן ער אן מיט די פאלגנדע לשון: 'עודינו תכלינה עינינו על שבר בת עמינו, שהיתי יושב ומשתומם על המראה הקשה שבא אלינו הפקודה ביום ה' לעת ערב בעסק שינוי השמות, נפעמתי ונדכיתי עד מאוד עד שלא קם רוחי בי'.

ער איז דארט מאריך דערוועגן, און טוט דורך די הלכה'דיגע שטאנדפונקט ביי אזא מציאות ווען ס'איז ביי אונז ספק וואס די כוונה פון די מלוכה איז, צי זיי מיינען עקירת הדת, אדער זיי מיינען נאר זייערע אייגענע אינטערעסן, און ער בלייבט אויף הלכה למעשה אז עס איז נישט אינעם כלל פון 'ערקתא דמסאני', און מען זאל זיך נישט מוסר נפש זיין דערויף, און ער פירט אויס: 'וה' הטוב יבטל מעלינו כל גזירות קלות וחמורות, ויגזור עלינו גזירות טובות וישועות', און ער בעט אז מ'זאל מתפלל זיין און זאגן תהלים אז די גזירה זאל בטל ווערן, און אויך זאל מען טון השתדלות ביי די שרי המדינה מבטל צו זיין די גזירה.

די גזירה איז למעשה אריין אין קראפט, און דורכאויס די קומענדיגע יארן איז עס פארברייטערט געווארן צו נאך און נאך מדינות. די רעגירונג האט דאן ארומגעשיקט זייערע שלוחים אז זיי זאלן ארומגיין פון שטאט צו שטאט, און פון שטעטל צו שטעטל, און אריינגיין צו יעדן אידישע שטוב הערן פונעם ראש המשפחה וועלכע נאמען ער וויל אננעמען אויף זיין משפחה.

ס'האט אבער גענומען אסאך צענדליגער יארן ביז ס'איז פאקטיש אויסגעפירט געווארן דעם קייזער'ס באפעל ביי אלעמען, ווי ס'איז געווען דער שטייגער אין יענע יארן וואס די אידן האבן בכלל געהאט א פחד פון האבן סיי וועלכע שייכות מיט די רעגירונג'ס באאמטע. און ווען מען איז ארומגעגאנגען אפשרייבן וואספארא משפחה נעמען די אידן ווילן נעמען פאר זיך, האט מען נישט געוואוסט וואס זיי ווילן דא מיט דעם.

מ'זעט אין די פארשידענע צענזוס ציילונגען פון די קומענדיגע צענדליגער יארן, ווי אסאך אידישע משפחות האט נאכנישט קיין משפחה נעמען, און די יארן פון תקצ"ה און יאר תר"ד זענען נאכאמאל ארויסגעקומען דעקרעטן פונעם צאר אז מ'מוז אויספירן דעם 'משפחה נאמען' באפעל.

פילע לעגענדעס זענען ארומגעגאנגען איבער אינטערעסאנטע עפיזאדן וואס זענען פארגעקומען אינדערצייט פון אננעמען די משפחה נעמען. אסאך משפחות ווייסן צו דערציילן פארשידנארטיגע סיבות פארוואס זייער ראש המשפחה האט דווקא אויסגעוועלט א געוויסע נאמען, אדער וויאזוי א געוויסע נאמען האט זיך געשאפן שלא בכוונה נאר על פי מעשה שהיה.