דרעפט:ספר שמות
תקופת התרחשות | געבורט פון משה רבינו ביז אויפשטעלן דעם משכן |
---|---|
צאל פסוקים | 1210 |
ספרים סעריע | חומש |
הספר הקודם | ספר בראשית |
הספר הבא | ספר ויקרא |
דמויות מרכזיות | משה רבינו, פרעה, אהרן הכהן, מרים הנביאה, בצלאל בן אורי, אהליאב בן אחיסמך |
התרחשויות מרכזיות | גלות מצרים און יציאת מצרים, מתן תורה און דער חטא העגל, אויפבוי פון משכן און די בגדי כהונה |
ספר שְׁמוֹת איז דער צווייטער ספר פון די חמשה חומשי תורה. עס ווערט אנגערופן "שמות", אדער "ואלה שמות"[1], על-שם דער פסוק וואס הייבט אן דעם ספר – "ואלה שמות בני ישראל הבאים מצרימה, את יעקב, איש וביתו באו". עס ווערט אויך אנגערופן דער "ספר הברית"[1], און אין גמרא ווערט עס אנגערופן "דער צווייטער ספר"[2]. אין די גריכישע איבערזעצונגען (תרגום השבעים) איז דער ספר גערופן געווארן עקסאדוס (אין גריכיש: ὁδόϛ = וועג, -ἐκ = פון), צוליב דעם גרויסן געשעעניש וואס ווערט דערין געשילדערט - יציאת מצרים. דער נאמען איז געבליבן אויך אין איבערזעצונגען צו לאטייניש און אין די פילע שפראכן אין וועלכע עס איז געווארן איבערגעזעצט פון לאטייניש.
אין ספר שמות ווערט פארציילט איבער דעם קנעכטשאפט פון אידן אין אוראלט מצרים, די אויסלייזונג און די סטאנציעס אין מדבר. ביים שילדערן די וואנדערונגען ווערט אריינגעפלאכטן פארשידענע פאסירונגען, וואס זייער שפיץ איז דער מעמד הר סיני. דערנאך קומען פילע מצוות, שליסנדיג מיט'ן אויפשטעל פון דער משכן און צוגרייטונג פון די בגדי כהונה.
לויט רמב"ן איז ספר שמות דער ספר פון גלות און גאולה. דער גלות האט זיך נאכנישט געענדיגט ווען אידן זענען ארויס פון מצרים, ביז ווען זיי זענען צוריקגעקומען צום שטאנד פון זייערע עלטערן (די אבות און אמהות) וואס די שכינה האט ביי זיי גערוהט, ווען זיי האבן אויפגעשטעלט דעם משכן[3].
צענטראלע טעמעס
פטירה פון די שבטים און קנעכטשאפט פון אידן אין מצרים
שליחות פון משה און אהרן אויסצולייזן די אידן
צען מכות און יציאת מצרים
די מסעות אין מדבר און קבלת התורה
חוקים און משפטים
די מצוות פון אויפשטעלן דעם משכן און זיינע כלים
חטא העגל
מצוות, פרשיות און סדרים
אין ספר שמות ווערן אויסגערעכנט 111 מצוות – 45 מצוות עשה און 66 מצוות לא תעשה (לויט'ן חשבון פון רמב"ם).
לויט דער מנהג צו ליינען די תורה יעדן שבת און איר ענדיגן יעדעס יאר, איז ספר שמות איינגעטיילט אין עלף פרשיות.
לויט די "מסורה" איז דער ספר איינגעטיילט אין 164 פרשיות – 69 פרשיות פתוחות און 95 פרשיות סתומות.
מדרשי חז"ל
די הויפט מדרשי חז"ל אויף ספר שמות זענען די "מכילתא" און "שמות רבה".
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 דקדוקי הטעמים לבן אשר
- ↑ סוטה לו, ב. אזוי שטייט אויך אין בה"ג, סימן ע"ו, אז נאך ספר בראשית קומט דער ספר וואס רופט זיך "דער צווייטער ספר". רבי נפתלי צבי יהודה בערלין, אין זיין הקדמה צו העמק דבר אויף שמות, ערקלערט אז עס איז ווי א צווייטער טייל פון די פאסירונגען פון וועלט-באשאף, וויבאלד דער וועלט איז נאר באשאפן געווארן צוליב די אידן.
- ↑ רמב"ן, שמות א, א
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |