דרעפט:סלאוויטא
סלאוויטא איז א שטאט אין צפון חלק פונעם קאמענעץ-פאדאלסק גובערניע, אוקראינע. די שטאט איז אריבער צו רוסלאנד נאך די צווייטע צעטיילונג פון פוילן אין יאר 1793, און איז געווען א טייל פון די וואהלין פראווינץ ביז די רוסישע רעוואלוציע אין 1917.
אידישע היסטאריע
אין יאר 1765 (תקכ"ה) האבן 246 רעגיסטרירטע אידן געצאלט קאפ-שטייער אין סלאוויטא. די צאל אידישע איינוואוינער איז געשטיגן צו 1,658 אין יאר 1847 (תר"ז), און ביז 1897 (תרנ"ז) האבן שוין 4,891 אידן געוואוינט אין שטאט, וועלכע האבן פארנומען 57 פראצענט פון די אלגעמיינע באפעלקערונג.
אונטער די סאוויעטישע הערשאפט זענען די אידישע קהילה אינסטיטוציעס צעשטערט געווארן. די אידישע באפעלקערונג האט אין יאר 1926 (תרפ"ו) געציילט 4,701 נפשות (44.9 פראצענט פון דער שטאט'ס באפעלקערונג).
די סלאוויטער דרוקעריי
סלאוויטא איז באזונדער בארימט געווארן פאר איר אידישע דרוקעריי, וועלכע איז געגרינדעט געווארן אין יאר תקנ"א (1791) דורך רבי משה שפירא, א זון פונעם צדיק רבי פנחס קאריצער. די דרוקעריי איז שפעטער איבערגענומען געווארן דורך רבי משה'ס צוויי זין, רבי שמואל אבא און רבי פנחס.
די סלאוויטער דרוקעריי האט ארויסגעגעבן דריי אויסגאבעס פונעם תלמוד בבלי, א אויסגאבע פון דער תנ"ך מיט מפרשים, דער זוהר הקדוש, און נאך פילצאליגע ספרי קודש, ספעציעל חסיד'ישע ספרים. אלע דרוקן זענען געווען פראכטפול געדרוקט מיט אויסטערלישע פארזיכטיגקייט און קדושה.
אין יאר תקצ"ו (1835) איז די דרוקעריי פארשפארט געווארן נאכדעם וואס די אייגנטימער זענען ארעסטירט געווארן אויף א בלבול אז זיי האבן כלומר'שט אומגעברענגט אַן ארבעטער וועלכער האט זיי גע'מסר'ט פאר דרוקן ספרים אן צענזור ערלויבעניש.
חורבן און נאכ'ן קריג
בשעת די דייטשן האבן אקופירט די שטאט אין די צווייטע וועלט מלחמה, זענען די אידן וואס האבן נישט באוויזן צו אנטלויפן אומגעברענגט געווארן. א מאסן קבר נעבן שטאט באצייכנט דעם ארט וואו די אידן זענען גע'שחט'ן געווארן דורך די נאציס ימ"ש. אויפ'ן ארט איז אוועקגעשטעלט געווארן א דענקמאל מיט אויפשריפטן אין רוסיש און אידיש.
אין די שפעטע 1960'ער יארן איז די אידישע באפעלקערונג געווען געשאצט אויף ארום 3,000 נפשות. די שטאט האט נאך געהאט איין שול מיט א רב. די מערהייט פון זיי האבן פארלאזט די שטאט אין די 1990'ער יארן.
ביבליאגראפיע
- חיים דוב פרידברג, תולדות הדפוס העברי בפולניה, תש"י, עמ' 104–109