דרעפט:מסילת ישרים

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מסילת ישרים איז א גאר בארימטע מוסר-ספר געשריבן דורך רבי משה חיים לוצאטו, באוואוסט אלס דער רמח"ל. עס ענטהאלט ענינים פון מוסר און תיקון המדות און אנווייזונגען צו שטייגן אין עבודת ה' און קירבת אלקים. דער ספר איז צום ערשט געדרוקט געווארן אין אמסטערדאם אין יאר ה'ת"ק (1740), און שפעטער איז עס פילע מאל איבערגעדרוקט געווארן אין פילע אויפלאגעס, און איז אנגענומען געווארן אלס א ספר יסוד אין דער אידישער תורת המוסר ביי רוב שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל. דער גר"א האט זיך גאר שטארק אויסגעדרוקט אויף דעם ספר, און ער האט געזאגט אז אויב דער רמח"ל וואלט געלעבט אין זיין צייט וואלט ער געגאנגען צופיס כדי אים צו קענען.


דאס געבוי און אינהאלט פונעם ספר

דער ספר שטעלט פאר א וועג צו שטייגן אין עבודת ה', באזירט אויפ'ן סדר פון די ברייתא פון רבי פנחס בן יאיר, וואס ערשיינט אין די גמרא (תלמוד בבלי - עבודה זרה כ ב):

"אמר ר' פנחס בן יאיר: תורה מביאה לידי זהירות, זהירות מביאה לידי זריזות, זריזות מביאה לידי נקיות, נקיות מביאה לידי פרישות, פרישות מביאה לידי טהרה, טהרה מביאה לידי חסידות, חסידות מביאה לידי ענוה, ענוה מביאה לידי יראת חטא, יראת חטא מביאה לידי קדושה, קדושה מביאה לידי רוח הקודש, רוח הקודש מביאה לידי תחיית המתים".

דער מחבר טוט אונטערשטרייכן ביים אנהייב פון זיין ספר אז ער קומט כמעט נישט צולייגן קיין גרויסע חידושים וואס אנדערע ווייסן נישט, ער קומט פשוט דערמאנען די ברייט-בארימטע זאכן וואס איז אזוי גוט באקאנט אז טאקע צוליב די ברייט-באקאנטקייט און פשטות דערפון פארגעסן עס מענטשן און מען טראכט נישט צופיל דערפון.


די שטאפלען פונעם ספר

דער מחבר שרייבט אנהייב פון פרק י"ג אז ביז אהער זענען די שטאפלען וואס פעלט זיך אויס אז דער מענטש זאל זיין א 'צדיק' - א פשוט'ער ערליכער איד, וואס טוט אלעס וואס פארלאנגט זיך פון אים, און פון דא און ווייטער זענען די שטאפלען וואס פארלאנגט זיך כדי צו גערופן ווערן - א 'חסיד' - איינער וואס טוט לפנים משורת הדין.

די שטאפלען זענען ווי פאלגענד:

צדקות

  • זהירות - וואכזאמקייט און געווארנטקייט זיך אפצוהיטן פון אלע מצוות לא תעשה, דורכ'ן כסדר זיין וואכזאם אויף וואס מען טוט און מאכן א חשבון הנפש יעדן טאג.
  • זריזות - זריזות און געווארנטקייט צו מקיים זיין אלע מצוות עשה, און זיך שטארקן אויף די נאטירליכע עצלות און תאוות.
  • נקיות - זיך רייניגן פון יעדע נדנוד של חטא און פון שלעכטע מדות, אפילו די קלייניגקייטן וואס קוקן אויס מינדערוויכטיג און רוב מענטשן זענען נישט געווארנט דערין. איינער וואס איז מקיים אלעס ביז אהער ווערט באטראכט לויט'ן רמח"ל ווי א צדיק.


חסידות

  • פרישות - זיך צוריקהאלטן אפילו פון זאכן וואס איז בעצם מותר, אבער עס קען צוברענגען צו חטאים. דאס מאכן צו מאכן עקסטערע גדרים וסייגים און מקיים זיין דעם 'קדש עצמך במותר לך'.
  • טהרה - זיך רייניגן אינערליך די מחשבות צו דינען דעם באשעפער מיט אן אמת און 'לשמה', און נישט צוליב פערזענליכע פארדינסטן.
  • חסידות - מוסיף זיין אייגענע חומרות און הוספות אין 'עשה טוב', לפנים משורת הדין, כדי צו מאכן א קידוש ה' און מאכן א נחת רוח פאר'ן אויבערשטן. (דער מחבר שטרייכט אונטער אז דער ענין פון חסידות איז א האקעלע טעמע, ווייל צומאל מיינט מען אז מען איז מחמיר אבער צום סוף קומט פון דעם ארויס קולות און אנדערע פראבלעמען. דעריבער פארלאנגט 'חסידות' אסאך חכמה און פארזיכטיגקייט).


קדושה

ענווה - דער מענטש זאל זיך האלטן בענוה און זיך נישט געבן קיין שום קרעדיט, און נישט זוכן צו פארדינען פון זיין עבודת ה' קיין שום כבוד און געזעלשאפטליכע פארדינסטן.

יראת חטא - מורא האבן פונעם באשעפער א 'יראת הרוממות', און שפירן יעדע מינוט אז מען שטייט אינעם פאלאץ פונעם קעניג, און מורא האבן צו פארלירן דעם נאנטן קשר מיט'ן אויבערשטן.

קדושה - זיין דבוק אינעם באשעפער אין יעדן מצב און אין יעדן מינוט, און אלע מחשבות זאלן בלויז זיין דבוק אינעם באשעפער, און זיין הארץ זאל זיין ווי א קליינע בית המקדש.


רוח הקודש

רוח הקודש - איינמאל א מענטש דערגרייכט ביז דער דרגה באקומט ער א מתנה פון הימל 'רוח הקודש' צו קענען דערגרייכן אומנאטירליכע הויכע מדריגות.

תחיית המתים - די יכולת פונעם מענטש צו קענען פשוט מחיה מתים זיין.






רעפערענצן