דרעפט:לעלוב (חסידות)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

לעלוב (Lelow) איז א חסידישע דינאסטיע אין פוילן און ארץ ישראל. איר גרינדער, רבי דוד ב"ר שלמה פון לעלוב (1746–1813), האט אין זיין יוגנט געלערנט קבלת האר"י און זיך געפירט ווי די "גדולי חסידים”. ער איז געווארן צוגעצויגן צו חסידות אלס רעזולטאט פון זיין קאנטאקט מיט רבי אלימלך פון ליזשענסק, און האט געלערנט אונטער עטליכע חסידישע רביים, אריינגערעכנט רבי משה לייב פון סאסוב, און איז געווארן דער תלמיד מובהק פון רבי יעקב יצחק הורוויץ, "דער חוזה" פון לובלין. ער האט זיך מפרנס געווען אלס א קרעמער. ר' דודל'ס לערנונגען האט אונטערגעשטראכן דאס אהבת ישראל, ליבע צום אידישן פאלק און צום מענטש בכלל; ער האט געזאגט: איך בין נאכנישט ווערט צו ווערן גערופן א צדיק, ווייל איך פיל נאך מער ליבע צו מיינע אייגענע קינדער ווי צו אנדערע מענטשן. ער איז געווען זייער אנערקענט דורך די באוואוסטע חסידי'שע פירער פון זיין צייט. ר' דוד'ל איז געווען סיי א פריינט און סיי א קרוב פון רבי יעקב יצחק פון פּשיסחא, דער "איד הקדוש". ווען עס האט אויסגעבראכן א מחלוקת צווישן יענער און דער רבי פון לובלין, האט ר' דוד'ל פרובירט צו פאראייניגן די צוויי צדדים. דער דאקטער, בערנארד פון פיעטרקאוו, דער בארימטער בעל־תשובה איז געווען זיין תלמיד מובהק.

ר' דודל'ס זון, רבי משה (1778–1850), איז געווארן דער איידעם פון רבי יעקב יצחק פון פשיסכא, און האט געדינט אלס רב אין עטליכע קהילות. צום סוף פון זיין לעבן האט ער זיך באזעצט אין ארץ ישראל. זינט דאן איז א טייל פון דער לעלובער דינאסטיע געווען פארבונדן מיט ארץ ישראל, הגם זיי האבן נישט פארמאל געדינט אלס אדמו"רים. ר' משה'ס אייניקל, רבי דוד יוסף פון לעלוב (1827–1907), איז געווען א תלמיד פון רבי מנחם מענדל פון ווארקא. פון 1877 האט ער אנגעפירט א חסידישע געמיינדע. די דינאסטיע זעצט נאך אלץ פאר דורך איר צווייג אין ארץ ישראל.

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן