דרעפט:יוצרות
יוצר (לשון רבים יוצרות) איז דער נאמען פון די פיוטים-סעריע פון ברכת קריאת שמע. אפטמאל נוצט מען דאס אויך ווען מען רעדט פון די קרובות-פיוטים פון חזרת הש"ץ, אדער פיוטים אין אלגעמיין.
היסטאריע
אין דער קלאסישער תקופה פון פיוט, האט זיך דער טערמין ׳יוצרות׳ באצויגן בלויז צו דעם פיוטים-סעריע פון די ברכות קריאת שמע. אבער אין די שפעטערדיגע דורות האט מען אנגעהויבן רופן אלע פיוטים מיט'ן נאמען יוצרות. אויפ'ן נאמען פון דעם ערשטן סעריע פיוטים, ס'איז אויך מעגליך אז דאס איז צוליב וואס גאנץ תפילת שחרית פלעגט גערופן ווערן "תפילת יוצר". [1]. אדער געוויסע מחברים וועלן אנרופן די פיוטים מיטן נאמען קרובץ, וואס איז פארגרייזט פון קרובות דער פיוטים סעריע פון תפילה העמידה. דער יוצר האט גענאסן פון גרויס צירקולאציע בעיקר אין דער צווייטער תקופה פון מזרח'דיגער פיוט, דורכאויס תקופת הגאונים.
אויסשטעל
די פיוטים פון ברכות קריאת שמע זענען איינגעטיילט אין זיבן חלקים, און זיי ווערן אלע אנגערופן מיט'ן שם הכולל "יוצר" וואס איז אויך דער נאמען פונעם ערשטן טייל פון די סעריע; די ברכה פון יוצר אור.
די זיבן חלקים פון די "יוצר" סעריע זענען:
- בעפאר קריאת שמע
- א. יוצר - געזאגט אנהייב פון די ברכה יוצר אור, נאך די ווערטער "עושה שלום ובורא את הכל".
- ב. אופן - געזאגט צווישן די פסוקים "קדוש" און "ברוך כבוד" [ביי די נוסח פון "והאופנים וחיות הקודש"].
- ג. מאורה - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז פון די ברכה "יוצר המאורות".
- ד. אהבה - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז "הבוחר בעמו ישראל באהבה", איידער קריאת שמע.
- נאך קריאת שמע
- ה. זולת - געזאגט נאך די ווערטער אֵין אֱ-לֹהִים זוּלָתֶךָ. געווענליך ענדיגט זיך עס מיט א בקשה אויף די גאולה, אזוי ווי די נושא פון דעם ברכה.
- ו. דערנאך א פיוט וואס מען זאגט נאכ'ן פסוק "מי כמוכה" - געווענליך רעדט דער פיוט ארום איבער יציאת מצרים און שירת הים.
- ז. גאולה - פאר'ן אויסלאז פון די ברכה "גאל ישראל". אין די קלאסישע תקופה פון פיוט הייבן זיך די סארט פיוטים אן מיט די ווערטער "ה' מלכנו...".
לויט געוויסע פיוט-פארשער[2] זענען די פיוטים אריגינעל פארפאסט געווארן צו זאגן אנשטאט די אלגעמיינע נוסח פון ברכות קריאת שמע, און דאס זעלבע מיט די ברכות פון שמונה עשרה, אבער נאך די קלאסישע תקופה פון פיוט איז דאס צוגעלייגט געווארן אלס הוספה צו דעם באשטימטן נוסח התפילה[3]. אין די אייראפעאישע קהילות איז דאס זאגן די פיוטים באטראכט געווארן וואלונטיריש; אין די קהילות פון אשכנז האט מען אנגעהאלטן דאס זאגן די פיוטים פון יוצר, אופן און זולת, און דאס איבריגע האט מען אויסגעלאזט.
פאראלעל צו די יוצרות, וואָס זענען געווען באשטימט פאר שחרית, זענען אויך אין דער צייט פארהאן פיוטים באשטימט צו באצירן די ברכות קריאת שמע פון מעריב. דער סארט פיוט האט אבער קיינמאל נישט ברייט אויסגענומען[מקור פארלאנגט].
מערבית
די סעריע פיוטים אויף די ברכות קריאת שמע פון מעריב, ווערט גערופן מערבית. בעיקר פאר די יום-טוב'דיגע דאווענען.
די סעריע איז איינגעטיילט אויף זעקס חלקים: די ערשטע צוויי פאר די צוויי ברכות בעפאר קריאת שמע ("המעריב ערבים", און "אוהב עמו ישראל"); דערנאך דריי פיוטים פאר די ברכה פון גאולה, וואס איז איינגעטיילט אין דריי טיילן (צוערשט צוויי פסוקים: "מי כמוכה"[4] און " ה' ימלוך"[5] און דערנאך די ברכה פון "גאל ישראל"[א]); און דערנאך א פיוט פאר די לעצטע ברכה ("השכיבנו").
הלכה און מנהג
משנה מקום שאמרו להאריך..
ביאורים
- ↑ אדער "צור ישראל וגואלו" לויט נוסח ארץ ישראל