דרעפט:דעיוו רובין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דעיוו רובין איז א אידישער קאנסערוואטיווער פאליטישע קאמענטעטאר, דער האוסט פון דער רובין רעפארט, און גרינדער פון לאקעלס - א סאציאל מידיא פלאטפארמע וואס איז היינט אונטער די אייגנטום פון ראמבל

כאטש וואס ער אידענטיפיצירט זיך אפענערהייט אלס איד, איז ער נישט קיין שומר תורה ומצוות, און איז גאנץ מעסיג אויף פארשידענע סאציאלע נושאים ווי אבארציע וכדו'

פאליטישע אנשויאינגען

דעיוו פלעגט זיין א לינקער פאר לאנגע יארן, און פלעגט ארבעטן פאר די לינקע יאנג טורקס מידיא נעטווארק, בערך אין די יארן פון 2015 - 2016, האט ער אנגעהויבן טוישן זיין מיינונג אויף פארשידענע נושאים, רוקנדיג זיך כסדר מער און מער רעכטס.

אין 2016 האט ער געעפנט זיין אייגענע פאדקעסט, גערופן די רובין רעפארט, ווי ער האט כסדר ארויפגעברענגט קאמענטאטארן פונעם רעכטן לאגער, און 2020 האט ער שוין אפן דערקלערט אז ער גייט שטומען פאר טראמפ.

ביכער

דעיוו האט שוין געשריבן צוויי ביכער דער ערשטער מיטן נאמען "פארברען נישט דעם בוך" ווי ער ערקלערט זיין פאליטישע אויפוואכונג און וויאזוי דער טויש אין אים איז געשען, דער צווייטע בוך "פארברען נישט דעם לאנד" ווארנט ער איבער די סכנות פון פראגרעסיוו פאליטיקס, און וויאזוי זיי שעדיגן דאס לאנד.