דרעפט:אלעקסאנדער העמילטאן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אלעקסאנדער העמילטאן 1755 - 1804 איז געווען פון די מערסטע באקאנטע און איינפלוסבארע גרונדער און פאונדינ"ג פאטע"ר (founding fathers) פון די פאראייניגטע שטאטן, ער האט געדינט אלס ערשטע טרעזשורי סעקרעטערי (פינאנץ מיניסטער) פון אמעריקע, אין די אדמיניסטראציע פון דזשארדזש וואשינגטאן,

ערשטע יארן

ער איז געבוירן געווארן אין ניו יארק, און פאריתומט געווארן פון זיינע ביידע עלטערן אין א אינגן עלטער פון זעכצן יאר אלט, ער איז ערשט באקאנט געווארן אלס אן אויסגעצייכנטע שרייבער און דזשורנאליסט, ווען די גרונדער פון אמעריקע זענען זיך צאמגעקומען צו שרייבן די דעקלעראציע פון זעלבסטשטענדיגקייט, איז ער געווען פון די ניו יארקע דעלעגאטן, דאן ביים אמעריקאנעם קריג פאר זעלבסטשטענדיגקייט, איז ער אריין אינעם רעוולאציענערע ארמיי, און געווארן דזשארדזש וואשינגטאן'ס רעכטע האנט.