עליע פאלקאוויטש
געבורט |
1898 האָמעל, ווייסרוסלאנד, רוסישע אימפעריע |
---|---|
פטירה |
1979 (אלט: 81 בערך) מאסקווע |
פאך | לינגוויסט |
אליהו "עליע"[1] פאַלקאָוויטש (רוסיש: Эли Маркович Фалькович; 1898, האָמעל, ווייסרוסלאנד, רוסישע אימפעריע – 1979, מאסקווע) איז געווען א בעלארוסיש-אידישער יידיש לינגוויסט. ער האט באקומען דעם "אָרדן פון לענין" פאר זיין ארבעט אלס א מעדיצינישער העלפער אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. פאלקאוויטש האט ארויסגעגעבן ווערק וועגן יידיש אויסלייג און גראמאטיק.
1898–1940
פאלקאוויטש איז געבוירן אין האָמליע אין דער מאָהילעווער גובערניע פון רוסישן אימפעריע (היינט בעלארוס), און האט דארט געוואוינט ביז צו די ניינצן יאר אלט. ביי די פופצן יאר האט ער אנגעהויבן געבן פריוואטע לעקציעס אלס לערער און האט זיך אנגעשלאסן אין די 'צעירי ציון' ארגאניזאציע. אין 1917 און 1918 איז ער געווען דער שולע-פירער פון א אידישע שולע אין סאַראַפּול, דערנאך האט ער זיך צייטווייליג אריבערגעצויגן קיין קיעוו, וואו ער איז אין 1918 און 1919 געווען דער פארוואלטער פון א קינדער-קלוב, איידער ער איז אין 1920 און 1921 געווארן א קולטור-ארבעטער פאר דער רויטער ארמיי, סטאנציאנירט אין דער מאסקווער געגנט[2].
שטודירנדיג פילאָלאָגיע אין דער מאסקווער שטאַט אוניווערזיטעט אין 1921 און 1922, האט פאלקאוויטש געארבעט פאר דעם קאמיסאריאט פון אויפקלערונג. שפעטער האט ער פארגעלערנט איבער יידישער לינגוויסטיק ביי דער צווייטער מאסקווער שטאַט אוניווערזיטעט (שפעטער באקאנט אלס דער מאסקווער פּעדאַגאָגישער אינסטיטוט) און ביים קאמוניסטישן אוניווערזיטעט פאר נאציאנאלע מינאָריטעטן פון מערב (וואָס די ייִדיש־רעדער האָבן גערופן "מערב'קע")[2].
אין מערץ 1937, נאכן פארטיידיגן דאס לערנען חומש און די ווערק פון חיים נחמן ביאליק און שלום אש, איז פאלקאוויטש אויסגעשטאנען שארפער קריטיק מצד זיינע קאלעגעס פארן האבן "שטריכן פון א בורזשואַזנע אינטעלעקטואל", און האט צייטווייליג פארלוירן זיינע שטעלעס[2]. א יאר שפעטער האט מען פארמאכט דעם אידישן אפטיילונג אינעם אינסטיטוט[3].
צוזאמען מיט אייזיק זארעצקי, איז פאלקאוויטש געווען צענטראל אין פארמירן די סטאנדארטן פון סאוויעטישן יידיש אין באצוג צו לעקסיקאן, גראמאטיק, סטיל, און אויסלייג[2]. ער האט אנגעהויבן פארעפנטליכן שטודיעס דערוועגן אין 1927. אין די 1930ער יארן האט ער אפט געשריבן אינעם קיעווער לינגוויסטישן זשורנאל "אפנ שפּראַכפראָנט". אין דעצעמבער 15, 1936 האט ער אנטיילגענומען אין א זיצונג אין מאסקווע, וועלכע איז געווען געווידמעט צו באהאנדלען דער פראגע וועגן דער סאציאלער סטאטוס פון דער אידישער שפראך – אין צוזאמהאנג מיט א פלאן צו שאפן א אידישע רעפובליק אין ביראבידזשאן[4].
1941–1979
ווען די דייטשע טרופּן האבן זיך דערנענטערט צו מאסקווע ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה, אין יולי 1941, האט זיך פאלקאוויטש פרייוויליג אנגעשלאסן אין די 'אָפּאָלטשעניע' (מיליטערישע רעזערוו). דערנאך, אלס א מעדיצינישער העלפער אין דער רויטער ארמיי, האט ער אין אקטאבער 1941 געפירט 52 פאַרוואונדעטע זעלנער פונעם שלאכטפעלד, און נאוועמבער 28–29, 1941 נאך 36 מענטשן, אלע מיט געווער[5][6].
אין דעצעמבער 1941 האבן די דייטשע קרעפטן פארכאפט זיין מעדיצינישע איינהייט, און זיי איינגעשפארט. פאר פאלקאוויטש איז געלונגען צו אנטלויפן און העלפן א רויטע ארמיי איינהייט אטאקירן די דייטשן און פאנגען 37 פון זיי. אין יולי 1942 האט ער דערפאר באקומען דאס לאנד'ס העכסטע באלוין, דער "אָרדן פון לענין"[5][6], און זיין העראאיזם אין הרג'ענען דייטשן איז פובליצירט געווארן, ווארשיינליך מוגזמ'דיג, אין אן ארטיקל דורך איליא ערנבורג אינעם רויטן ארמיי צייטונג 'קראַסנאַיאַ זוועזדאַ', נאוועמבער 1942[7].
ער איז שפעטער געווארן א מיליטערישער איבערזעצער, און פון 1943 ביז 1948 איז ער געווען אַ מיטגליד פונעם אידישן אנטי-פאשיסטישן קאמיטעט (ЕАК), און א רעדאקטאר פון דאס שווארצע בוך[6][4]. נאך דער מלחמה איז פאלקאוויטש געווארן דער הויפט רעדאקטאר פון דער מאסקווער אידישער פארלאג "דער עמעס" ביז איר ליקווידירונג אין 1948[2]. טראץ דעם וואס ער, אלס א פערזענליכקייט פון דער אידישער קולטור, איז געווען איינגעשריבן אין די ЕАК און האט פארנומען א פאראנטווארטליכע פאזיציע אין א פארלאג וואס האט ארויסגעגעבן אידישע ביכער און צייטשריפטן, האט ער זיך וואונדערליך ארויסגעדרייט פון ארעסט ביי סטאלינ'ס רדיפות אויף אידישע שרייבער. אין די 1950ער יארן, נאך דער פארניכטיגונג פון דער סאוויעטיש-אידישער קולטור, האט ער געארבעט אלס לערער אויף דער רוסישער שפראך.
זינט עס האט אנגעהויבן צו ערשיינען דער זשורנאל "סאוועטיש היימלאנד" אין 1961, פלעגט ער פארעפנטליכן אויף אירע שפאלטן פאפולערע ארטיקלען איבער די פראגעס פונעם סטיל פון אידישער ליטעראטור[4]. אין יענע יארן האט פאלקאוויטש געהאלפן פארמירן א רעווידירטע יידישע אויסלייג[2]. אין 1974–1978 האט ער געפירט אין "סאוועטיש היימלאַנד" די רובריק "פאַר די וואָס לערנען ייִדיש".
ער איז געשטארבן אין מאסקווע, וואו מ'האט אים באערדיגט אויפ'ן דאנסקאיע בית הקברות.
אין אקטאבער 2014 איז זיין ארכיוו ליציטירט געווארן דורך קדם[8], און אפגעקויפט געווארן דורך דער נאציאנאלער ביבליאטעק פון מדינת ישראל[9].
ווערק
אויסער זיינע פעריאדישע ארטיקלען האט פאלקאוויטש אויך פארעפנטליכט צוויי גראמאטישע סקיצן פון יידיש, איינס אין א מאנאגראפיע וועגן סאוויעטישע נאציאנאלע שפראכן (1966) און די אנדערע, געדרוקט נאך זיין טויט אלס א צוגאב צום "רוסיש-יידישער ווערטערבוך" (אונטער דער רעדאקציע פון מ.שפירא, א.ספּיוואַק און מ. שולמאן), מאסקווע, 1984 און מאסקווע, 1989[10].
אנדערע ווערק זיינע רעכענען אריין:
- גראמאטיק פאר דערוואקסענע: ווארט-בילדונג, באהעפט, צונויפגעזעצטע פראזע, מאסקווע, 1929–1930
- יידיש פאר דערוואקסענע, מאסקווע: עמעס, 1936
- ייִדיש, מאסקווע, 1940
- רוסיש-ייִדיש ווערטערביכל פאַר דער אָנפאנגשול, מאסקווע, 1941
- Искусство лектора (די קונסט פון דער לעקטאר), מאסקווע, 1960
דרויסנדיגע לינקס
- זוך אויף פאלקאוויטש, אליהו אינעם מדינת ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק
רעפערענצן
- ↑ לויט די כללים פון דער סאוויעטישער אידישער ארטאגראפיע.
- ↑ 2.0 2.1 2.2 2.3 2.4 2.5 Falkovitsh, Elye, אויף ייווא ענציקלאפעדיע
- ↑ מכתב פיטורין, ארכיון אליהו פלקוביץ', NLI
- ↑ 4.0 4.1 4.2 Фалькович Элияху, אין די אידישע ענציקלאָפּעדיע אין רוסיש אויפ'ן געוועב (רוסיש)
- ↑ 5.0 5.1 Фалькович Элья Мордухович 1898г.р. (רוסיש)
- ↑ 6.0 6.1 6.2 עלי פאלקאוויטש, אין די אידן אין די רויטע ארמיי פראיעקט אויף יד ושם וועבזייטל (ענגליש)
- ↑ Joshua Rubenstein, "Il'ia Ehrenburg and the Holocaust in the Soviet Press," in Harriet Murav and Gennady Estraikh, eds., Soviet Jews in World War II: Fighting, Witnessing, Remembering, Boston: Academic Studies Press, 2014, p. 40.
- ↑ "ארכיון סופר וחוקר היידיש אליהו פלקוביץ – רוסיה". קדם ליציטאציע הויז. Retrieved July 12, 2019.
- ↑ "ארכיון אליהו פלקוביץ'", NLI
- ↑ Nath, Holger (December 2009). "The Passive in Soviet Yiddish" (in ענגליש). Center for Language and Cognition Groningen. pp. 182–199. Retrieved 2016-05-09.