רוי:צלם

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:שתי וערב)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דאָס וואָרט "צלם" איז אין העברעאיש דער טייטש "געשטאַלט" ("בצלם אלהים", כראשית א'). דערפון איז געוואָרן אויך "צלם" אַלס באַציייכענונג פאַר בילדער פון אָפּגעטער (במדבר ל"ג "צלמי מסכתם", און אַנדערע ערטער פוון תנ"ך). אין דער משנה עבודה זרה פרק "כל הצלמים" ווערט "צלם" שוין באטראכט אלס אפּגאט; אין אידיש און שפעטער העברעאיש איז "צלם" געווארן די באצייכענונג פאר'ן קריסטליכן "קרייץ" (צלב שתי וערב), און עס איז געווארן דערפון אויך דאס צייטווארט "צלמ'ען זיך", דאס הייסט מאַכן מיט דער האַנט דעם "קרייץ-צייכן".


Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!