רוי:שמואל האלקין
שמואל האַלקין (רוסיש: Самуил Галкин; 5טן דעצעמבער 1897 – 21טן סעפּטעמבער 1960) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער, דראַמאַטורג און איבערזעצער.
ביאָגראַפיע
שמואל האַלקין איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל ראָהאַטשאָוו פון דער מאָהילעווער גובערניע, ווייסרוסלאַנד, אין דער רוסלענדישער אימפּעריע (יעצט – אין באַשטאַנד פון בעלארוס). ער איז אויסגעוואַקסן אין א חסידישער סביבה. די ערשטע לידער זיינע האָט ער געשריבן אויף העברעאיש. נאָך דער אָקטאָבער-רעוואָלוציע האָט שמואל האַלקין געוואוינט אין יעקאַטערינאָסלאַוו. אין 1922 האָט ער זיך איבערגעצויגן קיין מאָסקווע. ביז 1924 איז שמואל האַלקין געווען אַ מיטגליד פון אַ ציוניסטישן קרייז. ער האָט געחלומט עולה זיין קיין ארץ-ישראל. וועגן דעם זאָגט עדות זיין ליד "שיר החלוצה".
זינט אָנהייב פון די 1920ער יאָרן האָט שמואל האַלקין אָנגעהויבן שרייבן לידער אויף ייִדיש. אין 1922 איז דערשינען זיין ערשט בוך "לידער", אין 1929 – די צווייטע לידער-זאַמלונג "וויי און מוט". אינעם סוף פון די 1930ער יאָרן האָט ער זיך געווענדט צו דראַמאַטורגיע. אַ באַזונדערן אינטערעס שטעלן מיט זיך פאָר זיינע דראַמאַטישע פּאָעמעס "בר-כוכבא" (1939) און "שולמית" (1940). דעם אויפשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ האָט שמואל האַלקין געווידמעט די דראַמאַטישע פּאָעמע "געטאָגראַד" (1947). זי האָט געדאַרפט געשטעלט ווערן אויף דער בינע פונעם מאָסקווער ייִדישן מלוכה-טעאַטער, אָבער זי איז ניט אויפגעפירט געוואָרן צוליב דער ליקווידאַציע פון דעם טעאַטער אין אָנהייב פונעם 1949טן יאָר. שמואל האַלקין האָט אַקטיוו מיטגעאַרבעט מיט דעם ייִדישן אַנטי-פאַשיסטישן קאָמיטעט און איז געווען אַ מיטגליד אין רעדקאָלעגיע פון זיין צייטונג "אייניקייט".
אין פעברואַר 1949 איז שמואל האַלקין אַרעסטיקט געוואָרן. ער איז געווען אין תפיסה און אין לאַגער ביז 1955, ווען ער איז באַפרייט און רעהאַביליטירט געוואָרן. די איבערלעבונגען פון אָט דעם פּעריִאָד זענען געווידמעט די לידער "דער ווידוי פון סאָקראַט" און אַנדערע לידער פונעם ציקל "אין פרייד צו דערציילן". שמואל האַלקין האָט איבערגעזעצט אין ייִדיש לידער פון אלעקסאנדער פּושקין, סערגיי יעסענין, אלעקסאנדער בלאָק, וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי, ווי אויך וויליאַם שעקספּירס טראַגעדיע "דער קעניג ליר".
שמואל האַלקינס אַ שוועסטערקינד איז געווען דער באַוואוּסטער ישראלדיקער העברעאישער דיכטער, שרייבער און ליטעראַטור-קענער שמעון האַלקין, וועלכער האָט איבערגעזעצט אין העברעאיש אַ סך פון זיינע לידער.
האלקין איז נפטר געווארן אין 1960, און ער ליגט אינעם נאָוואָדעוויטשיע בית עולם אין מאָסקווע.
פון זיינע ביכער
- שמואל האַלקין, דער בוים פון לעבן: אויסגעוויילטע ווערק, מאָסקווע, 1948
שמואל האַלקין, מיין אוצר: לידער און באַלאַדעס, מאָסקווע, 1966
שמואל האַלקין, לידער פון לאַגער און תפיסה, תל-אָביב, 1988
דרויסנדיגע לינקס
- "שמואל האַלקין" פון מיכאל קרוטיקאָוו (אויף ענגליש)
- בוריס קוטלרמן, "בר-כוכבא הסובייטי בלבוש ישראלי: תרגומו העברי של יעקב אורלנד של המחזה "בר-כוכבא" לשמואל הלקין" (אויף העברעיש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!