רוי:רבי נחום לעווי
קבר פון רבי נחום שאדיקער אין הר הזיתים | |
געבורט | תקע"ג |
---|---|
טויט | י"ב חשוון, תרכ"ה |
הרב נחום לעווי (באקאנט מיטן נאמען רבי נחום שאַדיקער) (תקע"ג - י"ב חשוון, תרכ"ה), איז געווען רב און אב"ד אין שטעטל שאדיק, פוילן. ער איז ארויף אין ארץ ישראל וואו ער איז באשטימט געווארן פירער פונעם פוילישן כולל.
לעבנסגעשיכטע
נחום לעווי איז געבוירן אין יאר תקע"ג צו זיין פאטער ר' אברהם לעווי (א תלמיד פון ר' יוסף הצדיק, דער איידעם פונעם נודע ביהודה) און זיין מוטער אסתר, א טאכטער פון ר' יצחק פון שלעשין. ער האט געלערנט ביים חמדת שלמה, דער ערשטער אב"ד פון ווארשע, ביי די אכצן יאר האט ער באקומען היתר הוראה, און ער האט באקומען די שטעלע פון רב און אב"ד פון שאדיק אין מערב פוילן.
ער פלעג גיין א גאנצן טאג אין טלית און תפילין.
אין תר"ג איז ער ארויף אין ארץ ישראל. דארט האט ער חתונה געהאט מיט א טאכטער פון ר' משה מגיד ב"ר הלל ריבלין. אין ירושלים האט מען אים באשטימט דער פירער פון כולל פוילן - ווארשע, און ער איז געווארן איינער פון די מנהיגים פון דער אשכנזישער קהילה אין ירושלים.
אין דער כאלעריע מגפה וואס האט אויסגעבראכן אין די יארן תרכ"ה - תרכ"ו איז ער נפטר געווארן. מען האט אים באגראבן אין הר הזיתים לעבן זיין ברודער הרב יהודה לייב.
זיין רבנות
ווען ער איז געווען אין שאדיק איז ער געווארן בידידות מיטן "זית רענן" און דעם חידושי הרי"ם. אין ירושלים האט ער געלערנט קבלה צוזאמען מיט זיין ברודער און רבי יוסף זונדל סאלאנטער ביי דעם מקובל רבי יהודה כהן. חצות יעדן נאכט האט ער געלערנט א חברותא מיט ר' יוסף זונדל. איינער פון זיינע תלמידים איז געווען זיין זון רבי זלמן בן רבי נחום (באקאנט מיטן נאמען רבי זלמן בהר"ן) וואס איז געווען פון די ערשטע וואס האבן אויפגעבויט מאה שערים.
אין רמות, ירושלים, איז דא א ישיבה אויף זיין נאמען, "ישיבת הר"ן". אויך נווה יעקב בירושלים האט א גאס אויף זיין נאמען.
זיינע קינדער
- רבי שלמה זלמן בהר"ן פון די גרויסע חכמים אין ירושלים, גרינדער פון דעם מאה שערים געגנט. א קורצע צייט האט ער געדינט אלס דיין אין דעם בית דין פון דעם בריסקער רב, רבי יהושע לייב דיסקין.
- רבי אברהם בהר"ן.
- רבי אשר לעמיל בהר"ן.
- רבי דוד בהר"ן
- רחל יוכבד, ווייב פון רבי יהודה בערגמאן, זון פון רבי אליעזר בערגמאן, גרינדער כולל הו"ד.
זיין אייניקל הרב יהושע לעווי און זיין זון הרב חיים לעווי זענען די פארוואלטער פון דעם מרכז הארצי לטהרת המשפחה.
זיינע ספרים
דרויסנדיגע לינקס
- זיין ספר שו"ת אבני קודש
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!