רוי:רבי מנחם קאליש (ב)
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
דער אַרטיקל איז א יתום, קיין אַרטיקל לינקט צו עס. איר זענט געלאדנט צו ביישטייערן צו המכלול און פארבינדן צו עס פון ארטיקלען וואס אנטהאלטן "רבי מנחם קאליש (ב)".
רבי מנחם קאליש (געבוירן ח' אדר ה'תש"מ) איז דער אמשינאווער רבי אין בארא פארק, ברוקלין, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן געווארן אין אנטווערפן צו רבי יוסף קאליש, זון פון רבי יצחק קאליש פון אמשינאוו, און צו מרת חיה, טאכטער פון רבי אליהו שטערנבוך פון אנטווערפן. ער האט געלערנט אין וויזניצער תלמוד תורה[1].
ער האט אסאך קונה געווען פון זיין זיידן רבי יצחק פון אמשינאוו.
רבי מנחם איז אן איידעם ביי רבי נתן דוד ראזנבוים, זוטשקער רבי.
נאך זיין טאטנ'ס פטירה אין ניסן תש"פ איז ער אויפגענומען געווארן צו זיין דער נייער אמשינאווער רבי.
ער איז אויך דער מנהל רוחני פון "טל תורה" ישיבה אין בני ברק.
רעפערענצן
- ↑ שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 77
גאלעריע
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!