רוי:רבי מנחם מענדל שנעעבאלג

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:רבי מנחם מענדל שנעבאלג)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי מנחם מענדל שנעעבאלג
געבורט י"ד אלול ה'תרפ"א
טויט כ"ב ניסן ה'תשפ"א (אלט: 99)

הרב מנחם מענדל שנייבאלג (י"ד אלול ה'תרפ"א - כ"ב ניסן ה'תשפ"א) האט געדינט אלס גאב"ד פון דער מחזיקי הדת קהילה אין מאנטשעסטער צענדליגער יארן, ביז צו זיין פטירה.

ביאגראפיע

הרב שנייבאלג איז געבוירן געווארן אין גרויסווארדיין, צו זיין טאטע רבי דוד צבי שנייבאלג, וועלכער האט געדינט אלס וויזשניצער דיין און שפעטער נאכ'ן צווייטן וועלט קריג אלס גאב"ד מחזיקי הדת מאנטשעסטער, און זיין מאמע שרה באבטשע.

ביי די מלחמה יארן האט ער מיטגעמאכט צרות אין טראנסניסטריע.

נאך דער מלחמה האט ער חתונה געהאט מיט זיין ווייב, א טאכטער פון רבי משה יהודה עהרנרייך, דער שימלויאער רב. זי איז ליידער יונגערהייט נפטר געווארן, און ער האט חתונה געהאט א צווייט מאל, מיט דער טאכטער פון רבי שרגא פייוויל שטיינמעץ.

ער האט געעפנט א שטיבל, בית המדרש אהבת ישראל, אין דער פרעסטוויטש געגנט אין מאנטשעסטער. ווען זיין טאטע האט אויף די עלטערע יארן זיך געצויגן קיין ארץ ישראל, האט מען אים באשטימט רב פון מחזיקי הדת. ער האט ערפילט די פאזיציע פאר העכער פופציג יאר.

ער האט פארפאסט א ספר שאלות ותשובות "שפתי עני".

אחרון של פסח תשפ"א איז דער רב נפטר געווארן, אין עלטער פון הונדערט יאר. זיין לויה איז ארויסגעגאנגען אין מאנטשעסטער, און שפעטער אין סטעמפארד היל, לאנדאן, און פון דארט איז ער אפגעפלויגן קיין ארץ ישראל, וואו ער איז געקומען צו קבורה אויפן הר המנוחות.

משפחה

דער רב האט איבערגעלאזט זיינע קינדער:

  • רבי משה יהודה אליעזר שלמה שנעבאלג (געבוירן כ"ט טבת תשי"א)[1], טשערנאוויצער רבי פון וויליאמסבורג
  • רבי חיים פייוויל שנייבאלג, אב"ד קהל אברכים אין מאנסי; ער איז אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום אויף זיין טאטנ'ס פאזיציע.
  • רבי ישראל שנעבאלג, באלעחובער רב אין בארא פארק
  • רבי פנחס שנעבאלג, וויזשניצער ראש ישיבה אין לאנדאן
  • רבי יצחק אייזיק שנעבאלג, אב"ד מאכניווקע־בעלזא אין וויליאמסבורג
  • די ווייב פון דער סטראפקובער רבי פון ירושלים
  • די ווייב פון רבי חיים האלפערין דברי חיים לאנדאן.

רעפערענצן

א באריכט וועגן זיין פטירה אין המודיע

https://www.jdn.co.il/breakingnews/1504133/

  1. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 64

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!