רוי:רבי יעקב יצחק ניימאן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הרב יעקב יצחק ניימאן (ה' תרע"ט~ - ז' שבט ה'תשס"ז) איז געווען רב אין דער בעלזער קהילה אין מאנטרעאל לאנגע יארן און האט פיזיש אויפגעבויט די קהילה, און מחבר געווען שו"ת אגורה באהלך.

לעבנסגעשיכטע

ר' יעקב יצחק איז געבוירן געווארן בערך תרע"ט צו זיין פאטער ר' יוסף און זיין מוטער חיה געלא.

ר' יעקב יצחק איז גערופן געווארן (קליינע) פאפא רב טראץ וואס ער איז געווען רב אין בעלזא און א בעלזער חסיד וויבאלד ער איז געווען א תלמיד פון פריערדיגן פאָפער רב, דער ויגד יעקב, און זיך געהאלטן זייער נאנט צום לעצטן פאפא רב ז"ל, אויך איז ער געווען רב אין פאפא אין אונגארן פאר א קורצער צייט. דער רב האט פארלוירן א ווייב און איין קינד ביי די צווייטע וועלט מלחמה און האט געהייראט נאכאמאל אבער האט נישט זוכה געווען צו קיין קינדער. זיינע קינדער זענען געווען די בעלזא חסידים אין מאנטרעאל וועלכע ער האט באהאנדלט ווי א טאטע צו זיינע קינדער.

דער רב איז געווען פון די לעצטע רבנים פון פריערדיגן דור און איז רעספעקטירט געווארן דורך אלע קרייזן אין מאנטרעאל.

דער רב איז נפטר געווארן פרייטאג ז' שבט תשס"ז אין עלטער פון 90 יאר און זיין לויה איז פארגעקומען אין דער בעלזער שול מיט דער באטייליגונג פון 2,000 מאנטרעאלער איינוואוינער. ער איז נטמן געווארן אין פאפא שטעטל אין ניו יארק.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!