רוי:רבי יעקב אריה מיליקאווסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי יעקב אריה מיליקאווסקי
געבורט כ"ג אב תש"ז
פאראייניגטע שטאטן
טעטיגקייט אָרט ירושלים
דינאסטיע אמשינאוו
6'טער אמשינאוו'ער רבי

הרב יעקב אריה ישעיה מיליקאווסקי (געבוירן דעם 9טן אויגוסט 1947; כ"ג אב תש"ז), איז דער אמשינאווער רבי.

ער איז געבוירן אין ניו יארק[1] צו זיין פאטער, אן עילוי עצום און תלמיד חכם מופלא הרב חיים מיליקאווסקי, א ליטוואק פון דער מירער ישיבה, וואס איז געווארן שפּעטער דער ראש ישיבה פון אַמשינאוו אין ירושלים, און צו זיין מוטער חיה נחמה, די טאָכטער פון רבי ירחמיאל יהודה מאיר קאליש, דער אמשינאווער רבי. דאס איז געווען א אויסנאם שידוך צווישן אַ תּלמיד פון א ליטווישער ישיבה מיט דער טאָכטער פון א פוילישן רבי פון חסידים. דאס איז געשען בשעת דער צווייטער וועלט מלחמה, ווען זיי זענען געווען אין שאַנכיי.

אלס קינד איז ער געגאנגען קיין ארץ ישראל מיט זיין פאטער און זיידע און ער האט דארט געלערנט אין ת"ת עץ חיים[1] און אין דער בריסקער ישיבה.

אין דער עלטער פון דריי און צוואנציג האט ער חתונה געהאט מיט דער טאָכטער פון רבי אברהם אייגער, לובלינער רבי. זיי האבן צוועלף קינדער. זייער עלצטער איז ליידער אַוועק פריצייטיג נאָך אַ לאַנגער קראַנקייט.

כ"ז אייר תשל"ו איז נפטר געווארן זיין זיידע, און די חסידים האבן אים געקרוינט אלס ממלא מקומו, קעגן זיין ווילן. פילע אדמורי"ם, צווישן זיי רבי ישראל אלטערגערער רבי, און רבי משה מרדכי בידערמאן פון לעלוב האבן אים משכנע געווען אָנצונעמען אויף זיך דעם יאָך פון דער רביסטעווע. כאָטש ער האט צום סוף מסכים געווען צו פירן א רביסטעווע, פירט ער זיך נאך עד היום צו עטליכע פון זיינע אנהענגערס ווען זיי רופן אים "רבי, רבי", צו ענטפערן אַז ער איז נישט אַ רבי.

הרב מיליקאווסקי וואוינט אין אַ דירה פון דריי צימערן, מעבלירט מיט אלטע מעבל, נאָענט צו זיין הויף, אין דער קוואַרטל פון בית וגן אין ירושלים, און ער לערנט פאר שיעורים אין ישיבה "שם עולם" געגרינדעט דורך זיין זיידן.

זיין פערזענליכקייט

ער איז באוואוסט מיט זיין זיך דערווייטערן פון פרסום. פילצאליגע אידן זענען זיך כסדר שואל עצה מיט אים, אפילו אזעלכע וואס זענען נישט זיינע חסידים.

צווישן די תלמידים: רבי מאיר בראנדסדארפער זצ"ל חבר הבד"ץ דהעדה החרדית (טראָץ זיין אנגעהערשאפט אין אן אנדער קהילה); רבי צבי מאיר זילברברג; דער רבי פון פינסק קארלין, וואס זעט זיך ווי זיינס א תּלמיד און באַטייליגט זיך אמאל ביי זיין "טיש", דער סאכאטשאווער רבי און  נאך.

זיין מערסט באקאנטער שטריך איז זיין גאר שפעטער סדר היום. 

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 62

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!