רוי:רבי יהושע בן לוי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יהושע בן לוי איז געווען אן אמורא פון די ערשטע דור ארץ־ישראל'דיגער אמוראים.

רבי יהושע בן לוי איז געווען באוואוסט מיט זיין ערליכקייט און קדושה, און פילע וואונדער מעשיות ווערן דערציילט אין גמרא איבער אים, ווי אז ער האט זיך באפריינדעט מיט אליהו הנביא, און באגענען דעם מלך המשיח און דעם מלאך המות. רבי יהשע [וואס ווערט צומאל אויך גערופן "בר ליואי" – זון פון לוי[1]] איז געווען פון די ערשטע דור פון ארץ־ישראל'דיגער אמוראים תלמידים פון רבי יהודה הנשיא (רבי), און איז געווען א לוי[2]. זיין טאטע איז אויך געווען א צדיק גמור[3][א].

טראץ וואס לויט זיין צייט איז רבי יהושע בן לוי געווען אן אמורא[6], דאך זענען פארהאן וואס פאררעכענען אים ווי א תנא, וויבאלד א מאמר זיינער ווערט געברענגט אין די לעצטע משנה אין ש"ס[7][ב]. [פארהאן וואס ערקלערן אבער אז די סיבה פאר'ן ווערן דערמאנט אין די משנה, איז וויבאלד ווען ער האט געזאגט דעם מאמר פאר רבי, איז עס אים געפאָלן און ער האט עס אריינגעשטעלט אין משנה בשמו[8]. אדער וויבאלד ער איז געווען אזוי גרויס ביי בני דורו, האט מען צוגעלייגט זיין מימרא סוף פון די משניות[9].]

ס'איז ייתכן אז רבי יהושע בן לוי האט נאך געלערנט ביי רבי, און אין פיל פלעצער דערציילט ער פאסירונגען וואס זענען געשען ביי רבי, און ברענגט אויך זאכן אין זיין נאמען. אבער מען טרעפט נישט אין ערגעץ קלאר אז ער האט גערעדט מיט רבין פנים צו פנים[ג]. [מעגליך אז די סיבה דערצו איז וויבאלד זיין באשטימטן ארט איז געווען אין וואס אין דרום[11] און ער איז בלויז געקומען צומאל צו רבי'ס ארט, אין צפורי און טבריה וואס אין צפון[12].]

אין זיין וואוינארט, אין לוד, האט רבי יהושע געלערנט ביי די גדולי הדור וואס האבן געוואוינט דארט: רבי אלעזר הקפר (וואס איז געווען פון די לעצטע תנאים) און בר קפרא. אויך האט ער מקבל געווען פון יהודה בן פדיה א זון בר קפרא'ס שוועסטער, באקאנט מיט'ן נאמען "בר פדא"[13].

חברים און תלמידים

רבי יהושע בן לוי איז געווען דער אינגער חבר פון רבי'ס תלמידים: רבי חייא און זיינע זין, רבי יהודה נשיאה הראשון, רבי חנינא, רבי הושעיא, און רבי ינאי. אויך איז ער געווען א חבר מיט רבי יהונתן השני און רבי שמלאי.

רבי חנינא ספעציעל, כאטש ער איז געווען עלטער ווי רבי יהושע בן לוי[14], איז ער געווען א נאנטער חבר מיט אים, און מען טרעפט זיי ביידע צוזאמען אין פארשידענע ערטער[15]. אמאל זענען ביידע געגאנגען טרעפן דער רוימישער הערשער אין קיסרי[16]. אין איין פאל איז רבי יהושע בן לוי געפאָרן אויף רוים צו משתדל זיין ביים קעניגרייך, און ווען ער איז אנגעקומען צו עכו ביים צוריקקומען, איז ארויס קעגן אים רבי חנינא און געזען ווי ער הונקעט, האט ער אים געזאגט: "דו ביזט גלייך צו זיידן יעקב, וואס אויף אים שטייט (נאך וואס ער האט זיך געראנגלט מיט'ן שר פון עשו[17]): 'און ער האָט געהונקען אויף זיין דיך'"[18]. ווען רבי יהושע איז אמאל קראנק געווארן, האבן אים רבי חנינא און רבי יהונתן אנגעוויזן צו אנגרייטן א רפואה אין שבת, און זיך נישט מסכן זיין צו ווארטן ביז מוצאי שבת[19].

אמאל האט רבי חנינא גוזר געווען א תענית אין ציפורי און ער האט געדאוונט פאר רעגן אבער ער איז נישט געענטפערט געווארן. האבן אים די ציפוריער געזאגט: "רבי יהושע בן לוי האט דאך גוזר געווען א תענית אין דרום (אין לוד) און ס'איז אראפ רעגן". האט רבי חנינא געזאגט: "איך בין איין מענטש און רבי יהושע בן לוי איז איין מענטש" [דאס הייסט, ווארשיינליך איז ער בעסער פון מיר; רש"י][20]. אין ירושלמי ווערט דערציילט מער, אז אן אנדער מאל ווען מ'האט געדארפט רעגן האט רבי חנינא געשיקט צו רבי יהושע בן לוי ער זאל קומען פאסטן מיט זיי, און ביידע האבן געפאסט אבער ס'איז נישט אראפ קיין רעגן. דאן האט רבי חנינא געזאגט פאר די געמיינדע: "נישט רבי יהושע בן לוי לאזט אראפ רעגן פאר די דרומ'ער, און נישט רבי חנינא האלט אפ די רעגן פון די בני ציפורי. נאר די בני דרום זייער הארץ איז ווייך, און זיי זענען זיך מכניע ווען זיי הערן דברי תורה, ווידער די בני ציפורי זייער הארץ איז הארט און זיי זענען זיך נישט מכניע".

אויסער די הרבצת התורה אין זיין ישיבה אין לוד, האט זיך רבי יהושע בן לוי פיל באשעפטיגט אין צרכי ציבור, ווי ער האט אליין מעיד געווען אויף זיך אז פילע הלכות זענען פון אים פארגעסן געווארן וויבאלד ער האט עוסק געווען אין צרכי ציבור[21].

צווישן זיינע תלמידים און די וואס האבן נאכגעזאגט פון אים זענען געווען אלע גדולים פון צווייטן און דריטן דור: ריש לקיש, רבי אלעזר, רבי יוסי בר חנינא, עולא, רבי שמואל בר נחמני, רבי יעקב בר אידי, רבי יצחק בר נחמני, רבי חייא בר אבא, רבי אבא, רבי אמי, רבי אסי, רבי אבהו, רבי אלכסנדרי און רבה בר בר חנה. רבי סימון איז געווען זיין תלמיד מובהק און האט שטענדיג נאכגעזאגט פון אים, און ער האט אויך מקבל געווען פון אים די דרכי האגדה[22]. רבי שמעון בן פזי האט מסדר געווען אגדתא פאר רבי יהושע בן לוי[23]. די גמרא דערציילט אז רבי יהושע בן לוי האט פרובירט צו סומך זיין זיינע אלע תלמידים, און האט זיך געערגערט אויף איינער פון זיי אז ער קען אים נישט סומך צוליב סיבות וואס זענען נישט אין זיין האנט[24]. זעירא בר חמא איז געווען דער גאסטגעבער פון רבי יהושע בן לוי ווען ער איז געווען אין קיסרי, און נאך זיין טויט האט ער דערציילט פאר רבי יהושע'ס זון רב יוסף[25] פון זיין טאט'נס הנהגות[26].

אויך רבי יוחנן – טראץ וואס ער קריגט פילע מאל אויף רבי יהושע בן לוי – איז געווען זיין תלמיד[27], און ער האט אים גערופן "בריבי" [גדול הדור[28]][29]. אין איין אָרט האט רבי יוחנן געזאגט אויף די ווערטער פון רבי יהושע בן לוי: "יפה לימדנו רבי"[30].

הוראות און מאמרים

די אקטיווע טעג פון רבי יהושע בן לוי זענען געווען אינעם ערשטן דור פון ארץ־ישראל'דיגע אמוראים, ווען די משנה איז שוין געווען געשטעמפלט און אויך די ברייתות זענען שוין געווארן מסודר דורך רבי חייא און בר קפרא און זייערע חברים. דעריבער באשעפטיגן זיך די ווערטער פון רבי יהושע בן לוי מערסטנס אין ערקלערן און אויסקלארן די ווערטער פון די משנה און פון די ערשטע חכמים. זיינע הונדערטער מאמרים אין הלכה און אגדה זענען אויסגעשפרייט אין תלמוד בבלי און ירושלמי און אין מדרש. לויט פילע ראשונים איז די הלכה ווי רבי יהושע בן לוי אין יעדן פלאץ[31].

ביים סוף פון ששה סדרי משנה (אינעם לעצטן משנה אין מסכת עוקצין) ווערט געברענגט א באקאנטער מאמר פון רבי יהושע בן לוי: "עתיד הקב"ה להנחיל לכל צדיק וצדיק ש"י עולמות [ד.ה., די הנאה און קורת רוח וואס יעדער צדיק וועט האבן אין עולם הבא וועט זיים 310 מאל ווי אלע תענוגי עולם הזה[32]], שנאמר[33]: "לְהַנְחִיל אֹהֲבַי  יֵשׁ" [ "יֵשׁ" באטרעפט 310[34]].

פילע פון רבי יהושע בן לוי'ס מאמרים באשעפטיגן זיך אינעם חשיבות פון די תורה און איר לערנער:

"המהלך בדרך ואין עמו לוייה יעסוק בתורה". "חש בראשו יעסוק בתורה, חש בגרונו יעסוק בתורה…, חש בכל גופו יעסוק בתורה"[35]. "הזהרו בזקן ששכח תלמודו מחמת אונסו, שכן לוחות ושברי לוחות מונחים בארון"[36]. "כל המספר אחר מיתתן של תלמידי חכמים [און רעדט אין זייער שאנד] – נופל בגיהנום"[37]. "בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב ומכרזת ואומרת: 'אוי להם לבריות מעלבונה של תורה [ווייל זיי זענען נישט עוסק אין איר]'. שכל מי שאינו עוסר בתורה נקרא נזוף". "אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתלמוד תורה. וכל מי שעוסק בתורה תדיר הרי זה מתעלה"[38].

און אינעם ענין פון דאווענען: "לעולם ישכים אדם לבית הכנסת, כדי שיזכה וימנה עם עשרה ראשונים. שאפילו מאה באים אחרין נותנים לו שכר כנגד כולם"[39]. און אזוי האט ער געזאגט פאר זיינע זין: "הַקדימו לבוא ואחרו לצאת מבית הכנסת, כדי שיאריכו ימיכם"[40]. "כל העונה אמן יהא שמיה רבה בכל כחו – קורעים לו גזר דינו"[41].

רבי יהושע בן לוי רעדט אויך פיל אין שבח פון די גוטע מידות און די גנות פון די שלעכטע מידות. אזוי ווי אין שבח פון מדת הענוה: "בא וראה כמה גדולים נמוכי הרוח לפני הקב"ה"[42]. "ענוה גדולה מכולן [פון אלע מדות]"[43]. "מי שדעתו שפלה מעלה עליו הכתוב כאילו הקריב כל הקרבנות כולן"[44].

די באקאנטע שפריכווארט "מלה בסלע, שתיקה בתרי" [רעדן איז ווערט א סלע, ווידער שווייגן איז ווערט צוויי סלעים] – וואס ווערט געברענגט אין גמרא[45] בשם "אמרי במערבא" [מען זאגט אין ארץ־ישראל] – איז מיוחס אין מדרש[46] צו רבי יהושע בן לוי.

איינע פון די באקאנטע הוראות פון רבי יהושע בן לוי איז די מצוה פון קריאת שמע שעל המיטה [פאר'ן שלאפן][47]. אזוי אויך האט ער געליינט פאר'ן זיך לייגן די מזמורי תהלים: "ישב בסתר" (קאפיטל צא), "ה' מה רבו צרי" (קאפיטל ג)[48].

רבי יהושע בן לוי איז געווען א "בקי באגדה"[49], און פילע אמוראים בעלי אגדה אינעם קומענדיגן דור האבן מקבל געווען פון אים, ווי רבי סימון, רבי אלכסנדרי, רבי שמואל בר נחמני און רבי תנחום בר חנילאי. פון די אנדערע זייט האט זיך רבי יהושע בן לוי אויסגעדרוקט מיט שארפקייט קעגן די וואס שרייבן דברי אגדה און קעגן די וואס לערנען פון די געשריבענע ספרים: "אגדה זו – הכותבה אין לו חלק [לעולם הבא], הדורשה מתחרך [אין פייער פון גיהנם], והשומעה אינו מקבל שכר". נאך האט ער געזאגט: "אני מימי לא הסתכלתי בספר אגדה אלא פעם אחת בלבד הסתכלתי, ואף על פי כן הייתי מתפחד בלילות [צוליב דעם חטא]"[50]. די מפרשים ערקלערן, אז רבי יהושע'ס קעגנערשאפט איז געווען קעגן דאס שרייבן דברי אגדה, צוליב דעם איסור צו שרייבן תורה שבעל פה. און כאטש מ'האט מתיר געווען תו שרייבן די משנה צוליב "עֵת לַעֲשׂוֹת לַה' הֵפֵרוּ תּוֹרָתֶךָ"[51], האט רבי יהושע בן לוי געהאלטן אז לגבי דברי אגדה איז דער איסור געבליבן במקומו[52][ד] תולדות תנאים ואמוראים לייגט צו, אז בזמנו פון רבי יהושע זענען געווען פארשפרייט ספרי מינים וועלכע האבן מיט זייערע דרשות אריינגעצויגן אסאך אין זייער נעץ, און ס'איז געווען א חשש אז דער המון עם וועט נישט מבחין זיין צווישן גוט און שלעכט און וועלן מקבל זיין וואס זיי וועלן טרעפן אפגעשריבן, דעריבער האט ער אויף דעם אזוי געווארנט.

פירונגען און פרומקייט

רבי יהושע בן לוי האט מעיד געווען אויף זיך אז ער האט קיינמאל נישט מחרים געווען א מענטש[54], און קיינמאל נישט געבענטשט פארנט פון א כהן[55], און אויך קיינמאל נישט אפגעפרעגט א שבועה זיינער[56]. ער איז האט מחמיר געווען אויף זיך צו פאסטן צוויי טעג אין א צו אין תשעה באב (וויבאלד די פייער איז געווארן אנגעצינדן אין בית המקדש אינעם ניינטן און געברענט דעם גאנצן צענטן טאג)[57].

רבי יהושע בן לוי'ס תשוקה צו מרביץ תורה זיין איז געווען אזוי גרויס, אזש ער האט נישט חושש געווען זיך אריינצולייגן צוליב דעם אין א גרויסער סכנה, זיך צו באשעפטיגן מיט א גאר אנשטעקיגער סארט שחין קראנקהייט וואס ווערט אנגערופן "ראתן", וועלכע אנדערע חכמים האבן געווארנט זיך צו דערווייטערן אפילו פון די פליגן וואס רוען ארום זיי. אין די צייט וואס אנדערע האבן זיך צוריקגעהאלטן פון אריינגיין אין זייערע הייזער אדער אפילן פון עסן פון וואס איז געווען אין זייער מבוי אדער זיצן אין די לופט וואס בלאזט פון זייער דירעקציע, האט רבי יהושע בן לוי זיך נישט צוטון געמאכט פון דאס אלעס, און האט זיך גע'חבר'ט מיט די חולים און זיי געזעצט מיט אים און עוסק געווען מיט זיי אין תורה, און זיך בוטח געווען אז די תורה אין וואס זיי זענען עוסק וועט שיצן אויף אים[58]. (דאס אלעס טראץ וואס ער איז געווען אן איסטניס, אזש ער האט געדארפט אנטון שיך אין יום כיפור[59]). ווי דערציילט שפעטער, איז די מסירות נפש זיינער אים געווען לזכות ער זאל זוכה זיין צו אריינגיין אין גן עדן בחייו[60].

אפילו די גוי'שע מושלים האבן אנערקענט זיין קדושה, און ווען רבי יהושע בן לוי איז געקומען מיט רבי חנינא פאר'ן רוימישער הערשער אין קיסרי, איז יענער אויפגעשטאנען פאר זייץ און ווען זיינע מענטשן האבן אים געפרעגט פארוואס ער שטעלט זיך אויף פאר די דאזיגע אידן, האט ער זיי געענטפערט: "די געזיכטער פון מלאכים האב איך געזען"[61].

רבי יהושע בן לוי האט זיך געפירט מיט א ברייטקייט ביי זיין סעודה. אמאל האט רבי חייא באזוכט אין דרום און זיך אויפגעהאלטן ביי רבי יהושע בן לוי אין לוד, און מ'האט אים דערלאנגט פיר־און־צוואנציג סארטן געקעכץ. רבי חייא האט זיך געוואונדערט פון די פיל מאכלים און געפרעגט: "און וואס טוט עטס אויב אזוי ביי די סעודות שבת?" האט אים רבי יהושע געזאגט: "שבת דאפלען מיר די תבשילים". נאך א שטיק צייט איז רבי יהושע אנגעוקמען צו טבריה און געווען צוגאסט ביי רבי חייא. האט רבי חייא, וועלכער האט קענענ־געלערנט רבי יהושע בן לוי'ס פירונג, געגעבן פאר רבי יהושע'ס תלמידים געלט און זיי געזאגט: "גייט און גרייט אן א סעודה פאר אייער רבי ווי זיין מנהג"[62].

מיט אליהו הנביא און משיח

אין גמרא און אין מדרש ווערן געברענגט פילע מעשים אויף רבי יהושע בן לוי מיט אליהו הנביא:

אמאל האט רבי יהושע בן לוי באגעגנט אליהו הנביא שטיין ביים טיר פון רבי שמעון בן יוחאי'ס מערה און ער האט אים געפרעגט אויב ער וועט זוכה זיין צו עולם הבא (אָן א משפט און אָן יסורים[63]), האט אים אליהו געענטפערט: "אם ירצה האדון הזה" (ד.ה. די שכינה וואס איז דארט געווען). האט רבי יהושע געזאגט: "צוויי האב איך געזען (אליהו און רבי שמעון[64]), און א קול פון דריי (פון די שכינה) האב איך געהערט". האט רבי יהושע געפרעגט אליהו: "ווען וועט משיח קומען?" האט אים אליהו געזאגט: "גיי פרעג אים אליין", און ער האט אים אנגעוויזן וואו ער וועט אים טרעפן. איז רבי יהושע געגאנגען צו אים, און אים געזאגט: "שלום עליך רבי ומורי". האט אים משיח געזאגט: "שלום עליך בר ליואי (זון פון לוי)". האט ער אים געזאגט: "ווען קומט דער הער?" האט אים משיח געזאגט: "היום". ווען רבי יהושע איז צוריק צו אליהו און אים דערציילו אז משיח האט אים געזאגט "שלום עליך בר ליואי", האט אים אליהו געזאגט: "ער האט צוגעזאגט פאר דיר און פאר דיין טאטן עולם הבא (ווייל ווען נישט עטס זענטס צדיקים גמורים וואלט ער דיר נישט געגעבן קיין שלום, און ער וואלט נישט דערמאנט דיין טאטן'ס נאמען[65]). ווען דע טאג איז אריבער און משיח איז נישט געקומען, האט רבי יהושע געזאגט פאר אליהו: "משיח האט מיר ליגנט געזאגט, ווייל ער האט געזאגט 'היינט וועל איך קומען' , און ער איז נישט געקומען". האט אים אליהו געזאגט, דאס איז געווען זיין כוונה: "הַיּוֹם – אִם בְּקֹלוֹ תִשְׁמָעוּ[66]"[67].

און אזוי זאגט טאקע רבי יהושע בן לוי אליין איבער די צייט פון ביאת המשיח: לגבי די גאולה העתידה שטייט[68]: "בְּעִתָּהּ אֲחִישֶׁנָּה"; אויב איז מען זוכה – "אֲחִישֶׁנָּה", וועל איך עס צואיילן, און אויב איז מען נישט זוכה – וועט די גאולה זיין "בְּעִתָּהּ", אין איר באשטימטע צייט. אן ענליכער מאמר: אויב איז מען זוכה – וועט משיח קומען "עִם עֲנָנֵי שְׁמַיָּא" (ד.ה. שנעל[69])[70], און אויב איז מען נישט זוכה,

נאטיצן

  1. פארהאן וואס קלערן אז זיין פאטער לוי איז לוי בר סיסי דער באוואוסטער תלמיד פון רבי[4]. מען קען אבער נישט זאגן אזוי, וויבאלד רבי יהושע בן לוי און לוי בן סוסי זענען געווען אין איין דור און נאנט אין יארגאנג, און אויך וויבאלד לוי האט געשטאמט פון בבל ווידער רבי יהושע בן לוי פון ארץ ישראל[5]
  2. עס זענען אבער פארהאן וואס זאגן אז עס זענען געווען צוויי רבי יהושע בן לוי – איינס א תנא און דער צווייטער אן אמורא. זעט ערכי תנאים ואמוראים; פירוש ר"ש בן היתום מועד קטן ה, א
  3. אין איין פלאץ אין תלמוד איז אבער דא גירסא אז ער האט געזאגט "שמעתי מרבי"[10] זעט אויך די ווערטער פון יוחסין אינעם פריערדיגן פאראגראף
  4. בזמן הזה איז אינגאנצן בטל דער איסור אויף שרייבן תורה שבעל פה[53].

רעפערענצן

  1. ווי אין שבת קנו, א; תענית כה, א
  2. חולין קו, ב; זעט אויך תלמוד ירושלמי, מסכת מעשר שני, פרק ה', הלכה ג'
  3. זעט סנהדרין צח, א, און רש"י דארט, געברענגט שפעטער
  4. ידי משה אויף בראשית רבה, פרשה ע"ח, פסקה ה', געברענגט אין סדר הדורות
  5. ספר יוחסין, עמוד 149; תולדות תנאים ואמוראים
  6. זעט: רש"י, בבא קמא פב, א און נדה יח, ב; רי"ף פסחים י, א
  7. משנה, עוקצין ג, יב; ווי אויך אין א ברייתא אבות ו, ב (זעט יוסף אומץ לחיד"א מו)
  8. ספר יוחסין, עמוד 67
  9. תולדות תנאים ואמוראים; זעט אויך רש"ש עוקצין דארט
  10. זבחים יג, ב לויט דער שיטה מקובצת'נס גירסא דארט; ערכי תנאים ואמוראים; און ספר יוחסין עמוד 149
  11. תלמוד ירושלמי, מסכת תרומות, פרק ח', הלכה ד'
  12. תולדות תנאים ואמוראים
  13. זעט מדרש תנחומא פרשת וארא פיסקא ה'; בראשית רבה, פרשה צ"ד, פסקה ה'
  14. זעט יומא מט, א
  15. זעט תלמוד ירושלמי, מסכת מעשר שני, פרק ג', הלכה ג'
  16. תלמוד ירושלמי, מסכת ברכות, פרק ה', הלכה א', זעט שפעטער
  17. בראשית לב, לב
  18. בראשית רבה, פרשה ע"ח, פסקה ה', זעט פירוש מהרז"ו דארט; זעט אויך בראשית רבה, פרשה ל"ג, פסקה א'
  19. תלמוד ירושלמי, מסכת שבת, פרק י"ד, הלכה ד'
  20. תענית כה, א
  21. שמות רבה, פרשה ו', פסקה ב'
  22. זעט אין זיין ארטיקל
  23. ברכות י, א. פארהאן וואס זאגן אז דאס איז געווען רב שימי בר עוקבא, זעט ספר יוחסין עמוד 190; שו"ת רדב"ז ד, רלב.
  24. תלמוד ירושלמי, מסכת נדרים, פרק י', הלכה ח'
  25. זעט שפעטער
  26. יומא עח, א
  27. זעט רמב"ן, עירובין מו, א; תשב"ץ ג, קלה
  28. רש"י
  29. קידושין פ, ב
  30. תלמוד ירושלמי, מסכת עבודה זרה, פרק ב', הלכה ז'
  31. זעט תוספות, חולין צז, א, ד"ה אמר רבא אין נאמען פון סדר תנאים ואמוראים
  32. פירוש המשה לרמב"ם, רע"ב
  33. משלי ח, כא
  34. רע"ב
  35. עירובין נד, א
  36. ברכות ח, ב
  37. ברכות יט, א
  38. משנה, אבות ו, ב
  39. ברכות מז, ב
  40. ברכות ח, א
  41. שבת קיט, ב
  42. סוטה ה, ב
  43. עבודה זרה כ, ב
  44. סנהדרין מג, ב
  45. מגילה יח, א
  46. ויקרא רבה, פרשה ט"ז, פסקה ה'
  47. ברכות ד, ב
  48. שבועות טו, ב
  49. בבא קמא נה, א
  50. תלמוד ירושלמי, מסכת שבת, פרק ט"ז, הלכה א'; מסכת סופרים, פרק ט"ז, הלכה ב' און י'
  51. תהלים קיט, קכו
  52. זעט מהר"ץ חיות בבא קמא נה, א
  53. זעט שולחן ערוך, אורח חיים, סימן של"ד, סעיף י"ב און אין משנה ברורה דארט לא
  54. מועד קטן ג, א
  55. תלמוד ירושלמי, מסכת ברכות, פרק ה', הלכה ה'
  56. זעט שפעטער
  57. תלמוד ירושלמי, מסכת תענית, פרק ד', הלכה ו'
  58. כתובות עז, ב
  59. ירושלמי יומא
  60. זע גמרא דארט
  61. תלמוד ירושלמי, מסכת ברכות, פרק ה', הלכה א'
  62. איכה רבה, פרשה ג', פסקה ו'
  63. זעט תוספות, כתובות קג, ב, ד"ה מזומן
  64. יד רמה
  65. רש"י
  66. תהלים צה, ז
  67. לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נישטא קיין דף תח אין מסכת סנהדרין.סנהדרין תח, א
  68. ישעיה ס, כב
  69. רש"י
  70. דניאל ז, יג