רוי:רבי דוד אבודרהם

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' דוד בר' יוסף בר' דוד אבודרהם, האט געלעבט אין דער שטאָט סעוויל. עס איז פארהאן א סברא אז ער איז געווען דער הויפּט פון דער קהילה אין טולידא, שפּאניע. ער איז געווען א תלמיד פון ר' יעקב'ן, דער בעל הטורים דעם רא"ש'ס זון. עס איז אבער פארהאן א מיינונג אז ער איז נישט געווען דעם בעל הטורים'ס תלמיד, ווייל ווען ער דערמאנט "ר' יעקב" רופט ער אים נישט רבי.

ר' דוד איז דער מחבר פון דעם ספר אבודרהם (אַבודאַרהאָם). ער האט אים פארפאסט אין דעם יאר ה'ק' (1340), און ער האט אים גערופן "חבור פּירוש הברכות והתפילות"; אבער דער ספר איז באקאנט פּשוט אלס "אבודרהם". דער מחבר ערקלערט די תפילות פון אגאנץ יאר מיט גרויס געשמאק. זיינע ערקלערונגען זענען באזירט אויף תלמוד ירושלמי, תלמוד בבלי, אויף די הלכות פון די גאונים, פון די פריערדיגע פּוסקים און פון די חכמים פון זיין צייט, ווי דעם רא"ש און זיינע זין דער בעל הטורים און ר' יחיאל, ר' אלעזר פון גערמייזא, באקאנט אלס דער "רוקח", ר' אשר פון לוניל, ר' יוסף הלוי פון מיגש, דער אב בית דין ר' אברהם ב"ר יצחק, אבן ירחי באקאנט אלס "המנהיג", און נאך.

דער "אבודרהם" איז געדרוקט געווארן דאס ערשטע מאל אין ליסאַבאָן, אין דעם יאר 1490. ער איז אנגענומען געווארן ביי די אידן פון דער גאנצער וועלט אלס דער פּוסק אין ענינים פון די תפילות, און ער ווערט באטראכט אלס דער וויכטיגסטער ספר אויף דעם דאזיגן געביט.

רעפערענצן