רוי:רבי אשר אנשיל כ"ץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אשר אנשיל כ"ץ (געבוירן כ"ז אדר[אויסקלארונג פארלאנגט] ה'תש"ח) איז דער וויענער רב אין ברוקלין, ניו יארק.

ביאגראפיע

הרב אשר אנטשיל כ"ץ איז געבוירן אין סאמבאטהעלי צו זיין פאטער, דער ארטיגער רב, רבי יהושע כ"ץ. נאכ'ן אנקומען קיין אמעריקא האט ער געלערנט אין סאטמארער תלמוד תורה אין וויליאמסבורג[1]. נאך זיין טאטן'ס פטירה האט ער איבערגענומען זיין פלאץ אלס רב אין סאמבאטהעלי בית המדרש אין וויליאמסבורג. נאך דער פטירה פון דעם וויענער רב, רבי עזריאל יהודה לעבאוויטש, איז ער ערוועלט געווארן צו ערפילן זיין פלאץ אלס רב פון קהל עדת יראים וויען.

ער ווערט פארעכענט צווישען די גדולי מנהיגי יהדות החרדית אין אמעריקע. ער איז אויך א מוהל.

ער איז א ברודער מיט רבי חיים לייב כ"ץ, סערדאהעלער רב אין בארא פארק, און מיט רבי שלמה זלמן כ"ץ, תולדות אהרן רב אין וויליאמסבורג.

ער האט פארפאסט ספרים אויף הלכות שבת און מילה, און "שמן ראש" על התורה ומועדים.

רעפערענצן

  1. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 62

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!