רוי:ראמאן פאלאנסקי
ראמאַן פאלאַנסקי (געב'18טן אויגוסט 1933) איז א פראנצויזיש־פוילישער רעזשיסאר און פילם פראדוצירער. ער האט ארויסגעגעבן איינע פון די געלונגענסטע האלאקאסט פילמס, 'דער פיאניסט', וועגן א יידישן מוזיקער.
ער איז א ייד, געבוירן אין פאריז, און אינטערעסאנט איז, אז ער איז דער איינציגער, וואס האט ארויסגעגעבן א האלאקאסט פילם, און איז גלייכצייטיג אליין געווען א מלחמה איבערלעבער, פארשטייט זיך אלס קינד.
ער האט געשריבן א אויטאביאגראפיע פון זיין געבורט ביז אינמיטן זיין קאריערע אינעם פילם אינדאסטערי, מיטן נאמען 'א ראמאן אויף פאלאנסקי', ווי ער באשרייבט אויספירלעך זיינע איבערלעבענישן, און פולע ערפארונג אין זיין שאקעלדיג לעבן.
ער האט פארלוירן זיין ווייב, דורך די ווילדע גרופע מאנסאן פאמיליע און איז געווארן אפגעהאלטן פון איבערטרעטן אמעריקא זייט ער איז געווארן אנגעקלאגט און אנטלאפן.
ראמאן איז היינט אין די הויעכע אכציגער, און ארבעט נאך אין פולען שוואונג, פראדוצירנדיג פרישע ווארע.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!