רוי:קרח

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

קרח א זון פון יצהר, איז א פערזאן פון שבט לוי וועלכער האט געפירט א מחלוקת קעגן משה רבינו.

געשיכטע

אין חומש[1] ווערט דערציילט, אז קורח צוזאמען מיט אנדערע אידן זענען ארויסגעטרעטן קעגן משה רבנו און אהרן הכהן, און זיי האבן גע'טענה'ט, אז אויך זיי דארפן זיין כהנים און אז אהרן און זיינע קינדער דארפן נישט זיין די איינציגע כהנים. דער חומש דערציילט, אז אלס שטראף האט די ערד זיך געעפנט און איינגעשלונגען קורח און זיינע אנהענגער און זייער פארמעגן, און א פייער האט פארברענט פון זיי 250 מענטשן.

אפשטאמיגע

עס ווערט אין חומש דערציילט, אז "בני קורח לא מתו", די קינדער פון קורח זענען געבליבן לעבן. שפעטער אין דער אידישער געשיכטע פון דער תנ"ך-צייט זעען מיר אפשטאמיגע פון קורח פארנעמען גרויסע שטעלעס אין דער אידישער פירערשאפט. לויט א טראדיציע אין גמרא[2], איז שמואל הנביא געווען פון קורח'ס אור-אייניקלעך. אין ספר תהלים געפינען מיר מזמורים פון די בני קורח; אין דברי הימים[3], געפינען מיר די "קרחים" פארנעמען שטעלונגען אין בית המקדש אלס לויים.

רייכטום

אין דער גמרא[4] ווערט געזאגט אז קורח איז געווען זייער רייך, און אז ער האט געפונען אן אוצר, וואס יוסף האט באהאלטן אין מצרים. דערפון איז פארהאן אין אידיש דער אויסדרוק "רייך ווי קורח", וואס באציט זיך אויף א קארגן, רייכן מאן.

רעפערענצן

  1. במדבר טז
  2. מגילה יד, געשטיצט אויף דברי הימים א' ט
  3. דברי הימים א' ט און אנדערע קאפיטלען
  4. פסחים קיט
Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!