רוי:קראקעווער געטא
די קראקעווער געטא איז געווען איינע פון די פינף הויפט געטאס וואס די נאציס האבן אויפגעשטעלט אין פוילן.
קראקע איז געווען די הויפטשאט, פון דער גענעראלגובערנאמאן, עס האבן געוואוינט אין קראקע, איידער דער קריג 60,000 אידן, זייענדיג איינע פון די עלסטע אידישע קהילות אין פוילן.
אין סעפטעמבער 1939, ווען די נאציס האבן איינגענומען פוילן, זענען געווען 80,000 אידן אין קראקע, זיי האבן גלייך אנגעפאנגען מיט צרות, קעגן די אידן אין שטאט, רויבערייען, און טעראר, איז געווען אויף א מאסן שטייגער. ביז מערץ 1941, זענען 40,000 אידן, פארטריבן געווארן פון דער שטאט, און אסאך אנדערע זענען אריבער צום רוסישע זייט גרעניץ, צו שטעטלעך אין די אומגעגנט, נאכדעם האט מען אויפגעשטעלט די געטא, די געטא איז גרויס געווען, צוויי אין א האלב קיוביק קילאמעטער, 18,000 אידן זענען דארט געווען איינגעשפארט, געווען ארגאניזאציעס, וואס האבן געהאלפן לינדערן די פראבלעמען פונעם געטא.
טויזנטער אידן זענען געווען באשעפטיגט, אין די פאבריקן, אין דער געטא, און אין דרויסן פון דער געטא, אין מיי-יוני 1942, האבן די נאציס פארשיקט 6,000 אידן, קיין בעלזשעץ, אין אקטאבער נאך 7,000 זענען פארשיקט געווארן קיין בעלזשעץ, און אוישוויץ, זעקס הונדערט אידן זענען אומגעקומען אינעם אומשלאגפלאץ.
מערץ 1943, זענען 2,000 אידן פארשיקט געווארן אין דער פלאשיווער געטא, און 2,500 קיין אוישוויץ, און 700 אומגעקומען אין קראקע.
די אידישע קאמף ארגאניזאציע, איז געווען אקטיוו אין דער קראקעווער געטא, דורכפירנדיג צענדליגע אטאקעס אויף דייטשע צילן, אבער פארקערט ווי אין דער ווארשעווער געטא, האבן זיי דורכגעפירט זייערע אקטן, אויף דער ארישע זייט. א באוואוסטע אקציע וואס זיי האבן דורכגעפירט, א באמבע אינעם קאפע צינגעריא, ווי עלף זענען אומגעקומען.
באקאנטער מענטשן אין דער געטא
אסקאר שינדלער, א דייטשער סוחר, איז געקומען אין קראקע ווייל די געטא האט געהאט אסאך אידן וואס קענען ארבעטן. די אידן וואס האבן געארבעט אין זיינע פאבריקן, אלע זענען געראטעוועט געווארן. ער איז געגעבן געווארן דעם חסיד אומות העולם טיטל, פארן זיך איינשטעלן צו ראטעווען זיינע טויזנט ארבעטערס, אין 1974, דורך יד ושם.
מרדכי געבירטיג איז געווען איינער פון די פאפולערסטע שרייבער פון יידיש־שפראך לידער און דיכטונגען. ער איז נפטר געווארן אין דער געטא אין 1942. מרים עקביה, א ישראלדיקע שרייבערקע, האט איבערלעבט די קראקעווער געטא און קאצעטן. דער בארימטער הויט־דאקטער יעקב באראל איז אויך געווען אן איבערלעבער פון דער קראקעווער געטא.
בערנארד אפן איז געבוירן אין 1929 אין קראקע. ער האט איבערגעלעבט די קראקעווער געטא און פארשידענע נאצי קאצעטן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!