רוי:צושטאנד פון מאטעריע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מאטעריע עקזיסטירט אויף דער ערד אין דריי צושטאנדן אדער פאַזעס: סאליד, פליסיקייט און גאז, אבער אינעם אוניווערס איז מאטעריע געווענליך אין דעם פלאזמע צושטאנד. דער צושטאנד קען זיך ענדערן לויט טעמפעראטור און דרוק.

די דריי קלאסישע צושטאנדן

סאליד

אין א סאליד זענען די מאלעקולן גאנץ נאנט איינס צו אנאנד. א סאליד האלט זיין פארעם, דערפאר איז מעגלעך צו שטופן א סאליד פון איין ארט צו א צווייטן. צו ענדערן די פארעם פון א סאליד דארף מען אים צעברעכן מיט קראפט.

פליסיקייט

אין א פליסיקייט קענען זיך די מאלעקולן באוועגן א ביסל. ביי א געוויסן טעמעפעראטור און דרוק האט די פליסיקייט א באשטימטן פארנעם, אבער זי טוישט איר פארעם צוצופאסן צו איר האלטער. דער פארנעם ווערט גרעסער ווען די טעמפעראטור ווערט העכער אדער דער דרוק ווערט נידעריגער.

גאז

Postscript-viewer-blue.svg גאז

אין א גאז באוועגן זיך די מאלעקולן אז כמעט האבן זיי נישט קיין פארבינדונג איינס מיט אנאנד. דער גאז האט נישט קיין באשטימן פארנעם, און טוט שטענדיק אנפילן זיין האלטער.

פאזע איבערגאנגען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!